מיר'ער בחור האט געשריבן:איך וויל נישט מ'זאל מיך שלעכט פארשטיין, איך פרעג נישט ווייל איך האלט אז די לעבן נאכ'ן חתונה איז נישט געשמאק צו וואס, נאר פשוט פשט וואס ציעט מענטשן צו וועלן חתונה האבן לכתחילה, ס'דארף דאך זיין עפעס א דבר המושך אז מ'זאל דאס וועלן טוהן.
צום ערשט אלעמען, א מזל טוב!
לויט וויאזוי איך פארשטיי איז נישט דיין פראבלעם אז דו קוקסט אן די חתונה-געהאטע לעבן פאר א 'שלעכטע' זאך. דעריבער ערווארטסטו נישט אז מ'זאל דיר קומען אפשלאגן דיינע נעגעטיווע מיינונגען, און אויפווייזן אז ס'איז 'נישט' שלעכט.
נאר ביי דיר איז דאס גיין חתונה האבן, עפעס אזא פארווע זאך. נישט ספעציעל 'שלעכט', אבער אויך נישט ספעציעל 'גוט'. דעריבער ווילסטו פארשטיין, וואס זענען די געוואלדיגע מעלות פון א חתונה-געהאטע לעבן.
דאס בין איך אויך זיכער, אז דו ווייסט אויך אז תורה'דיג איז נישט דא דא בכלל וואס צו שפעקולירן. סיי ס'איז א חיוב פון פרי' ורבי', צי מען האלט דערביי צי נישט. און סיי דאס אליינס אז ס'איז א מצוה, איז שוין גענוג א 'מעלה' צו חתונה-האבן. און סיי ס'איז כולל נאך אנדערע מצוות עשה. און סיי די תורה אליינס שרייבט קלאר 'לא טוב היות האדם לבדו'. אבער איך גלייב אז נישט דאס ביסטו געקומען הערן, דו קענסט אויך דער פסוק חומש.
נאר וואס דען, דו ווילסט אביסל מקרב זיין אל השכל די פסוק לא טוב היות וגו'. כאטשיג באמונה שלימה איז די פסוק אליין שוין איבער גענוג אונז צו צופרידן שטעלן. אבער אסאך מאל פילט מען ווי מ'וויל אפטייטשן די פסוק אויף מאמע לשון. צו פארשטיין לאגיש אויך, פארוואס איז מוחלט אז חתונה האבן איז א גוטע זאך.
יעצט, איך האב נישט די צייט זיך צו נעמען ציילן מיט די פינגער אלע גוטע זאכן וואס א מענטש האט פון חתונה האבן. אסאך אירע האבן עס שוין דא אויסגעשמועסט און אויסגערעכנט.איך וויל נאר צולייגן נאך א נקודה, לאגיש גערעדט:
יעדע מענטש וואונטש זיך, און טוט זיך באשטעלן א לעבן ווי אלעס זאל פארן ערשט קלאסיג, אלעס זאל גיין געשמאק און געשמירט. דעריבער ביסטו פארצווייפלט, צו דאס שריט פון גיין חתונה האבן שפילט מיט מיט דיינע חלומות, אדער נישט. צו ס'וועט דיר מאכן גליקליכער, אדער נישט.
דער ווארהייט ווייסן מיר אלע, אז מיר קענען זיך סייווי נישט פארזיכערן מיט גארנישט, אלעס קען געשען. אפילו זאל איינער מחליט זיין אז ער גייט נישט חתונה האבן, איז ער פונקט אזוי נישט פארזיכערט צו האבן א לעבן וואס ער האט זיך באשטעלט. נישט נאר ער איז נישט פארזיכערט, נאר ער האט משנה געווען פון די גראדע וועג, דער דרך העולם וויאזוי דער אויבערשטער האט אויסגעשטעלט די וועלט, אויפן ריכטיג'סטן וועג, שטייט דער מענטש שוין אין א מיינוס, ידו על התחתונה.
ווידעראום ווען איינער האט חתונה, האט ער זיך צוגעשטעלט צו די פארשריפט וויאזוי דער אייבערשטער האט אויסגעשטעלט די וועלט, דאן איז ער אויף די ריכטיגע שינעס. און מיט תפילה אינאיינעם, וועט עס אים אי''ה ברענגן א לעבן פול מיט גליק.
***
ס'איז כדאי מעתיק צו זיין די מאמרי חז''ל:
ב''מ נ''ט ע''א= א''ר חלבו, אין הברכה מצויה בתוך ביתו של אדם אלא בשביל אשתו.
סוטה י''ז ע''ב= איש ואשה זכו שכינה שרויה ביניהם.
יבמות ס''ב ע''ב= השרוי בלא אשה שרוי בלא שמחה, שרוי בלא תורה.