קאוריג האט געשריבן:מיר'ער
צו מיר זעהט אויס אז די ברויכסט וויכטיג כאפן א שמועס מיט דיין כלה
פארוואס זאג איך דאס?
די טבע פון די בריאה איז אז א חתן כלה פאלן אין ליבע, די געפילן נעמען איבער דעם שכל, זיי געפונען א חן איינער אינעם צווייטנס אויגן און מ'וויל פשוט זיין צוזאמען, די אלע ארומיגע חיובים, פרעשור'ס און לייעביליטי'ס קומען נאך מיט די צייט, און ביז דעמאלטס איז די קשר פון איינעם צו צווייטן גענוג שטארק אז ס'וועגט איבער די שוועריקייטן (שטייצעך אז מיט די צייט קען אויספעהלן צו ארבעטן אויף די קשר, צו אימפראווען די מערידזש, אבער ס'איז געבויעט אויף א יסוד פון ליבע)
ביי דיין פאל, אויב דיר עגבערט די קשיות, איז עס א פשוטע צייגעניש אז דו ביזט נישט עקסיידעד צו זיין מיט איר, פיהלסט נישט קיין חשק צו ארויסגיין פון דיינע עלטערנס און זיין מיט דיין באשערטע אין א אייגן ווינקל, צו פארמירן א חברותא'שאפט וואס וועט זיין שטערקער פון יעדע חברותא וואס דו האסט ביזט יעצט געהאט, פון דיין קשיא זעהט אויס איינס פון די צוויי 1) אדער האסטו גאר ווייניג קשר געהאט מיט איר צווישן בעשוי/ווארט/תנאים, קוים וואס די ווייסט ווער די פערזאן מיט וועם דו גייסט חתונה האבן איז 2)אדער אז דו ווייסט יא ווער זי איז, און דו האלטסט נישט ביים אויסשטעלן דיין לעבן די זעלבע וועג ווי איר....
אויב די סיבה איז נומער איינס, ווען איך בין ווען דיין חתן רבי וואלט איך געראטן זאלסט זיך טרעפן מיט דיין כלה, און דורכשמועסן מיט איר, און זיך אביסל באקענען
אויב די סיבה איז נומער צוויי, זיי מוחל און זיי אפען מיט דיינע עלטערן, און זאג זיי אז דאס איז נישט וואס דו האסט געוואלט
קאוריג, די שרייבסט זייער גוט און ריכטיג. איך וואלט עס נאר עדזשאסטעד אביסעל בנוגע דעס וואס די הייבסט אן אז ס'זעט אויס אז ער דארף וויכטיג כאפן א שמועס מיט זיין כלה.
די שיינע הנחה איז נאר "אויב" די סיבה איז נומער 1.יעצט, אפילו דעמאלטס וואלט איך נישט געלייגט גרויס האפענונג אויף דעם, הגם, ס'איז גאנץ א נער'ישער איינפיראכטס במקומותנו אז מ'קען בכלל נישט די כלה, דאך ווי איך פארשטיי פון לייענען די תגובות איז עס מער נוטה צו נומער 2 אז עפעס ערנסט שטערט עם, אבער לאו דוקא נומער 2 אז ער ווייס ווער זי איז און זי איז דאס וואס שטערט עם, קען גאר זיין ס'איז עפעס אנדערש, ס'איז מן הסתם אסאך מער ווי סתם ער קען נישט די כלה.
איך וויל נישט סאונדען פעסעמיסטיש אבער ס'איז היבש אן עגבערניש אין זיין שטימע וואס איז מער ווי די נארם.
מער א פראפשעינעל אדער עכט קלוגע העלפ וואלט געווען די סאלאושען פשוט צו דערגיין וואס גריבעלט דא. ס'מוז נישט זיין אז ס'דא א פראבלעם און מ'קען חתונה האבן און האבן א זיס לעבן, אבער עפעס איז דא אונטערען אויבערפלאך און ס'איז אסאך בעסער פשוט צו וויסען וואס דאס איז ווייל מיט אווערנעס קען מען אסאך פארשטיין און אויפטוהן ווי איידער דאס צו לאזען באגראבען.
די אלע טעמים פארוואס מ'האט חתונה? ענפערט איינער בעסער פונ'ם צווייטען. שטילט עס אפ דעם גריבעלען? זעט נישט אויס.