יעצט, ווען די שרייבסט די פאלגענדע שורות:
מיר'ער בחור האט געשריבן:אבער מיין עיקר איבעיא איז געווען, אז כ'האב געוואלט פארשטיין די סיבה המכריע, וואס איז מושך דער מענטש צו אפלאזן זיין צורת החיים as it is אין אריינשטעלן דארט א שותף, אין אויף דעם איז די ריכטיגע תשובה, פשוט "LOVE" במלוא מובן המילה אן קיין איבריגע פירושים.
יעצט, געווענדליך ווי אזוי ס'גייט צו, איז אז קודם קומט די רצון און דאס פירט צו טוהן עפעס דערוועגן, משא"כ מיט אונזער "סיסטעם" דארף עס גיין פארקערט.
אויב מיינסטו צו זאגען אז יעצט האסטו עס בעסער ארויס ווייל די פארשטייסט אז ס'דא אן ענין פון לאוו פשוטו כמשמעו דעמאלטס שטייסטו גאנץ גוט אפי' נאך בעסער ווי חתן דעלמא.
אבער מאך זיכער אז די שלאפסט נישט איין ביי די קשיא פון "וואס איז מושך דער מענטש צו אפלאזן זיין צורת החיים as it is אין אריינשטעלן דארט א שותף" ווייל אז א מענטש קען האבן עפעס א בעסערע זאך זאל ער דאס נישט האבן נאר ווייל יעצט איז אויך גוט? פארוואס זאל ער זיך נישט פארגינען נאך בעסער. עכ"פ זע אז די סיבה פון די קשיא איז נישט ווייל ס'באדערט דיר עפעס אדער די האסט מורא. מאך זיכער אז ס'איז פשוט ווייל די ווילסט ארויס האבן דאס לעבן, עפעס אזא בחינה פון די וויין מבינים וואס הייבן אויף די וויין באטל אויף אן ענגעל און רוקן די ברילן אין א זייט און קנייטשען איין די אויגען און דערנאך זאגען זיי פשיהא! דאס איז פיינע וויין. אבער נישט ווי די חברה וואס טוען די זעלבע זאך ווייל זיי ווילען זען צו עס איז דא א הכשר אדער אפשר איז דער בעל מכשיר א ציוני ר"ל...
אגב, ס'דא א מיסקאנסעפשען ביי אסאך אז מ'האט חתונה וועגען אויף שטעלען א יודישע שטוב און ציען לעכטיגע דורות. דעס איז אויך א טעם פאר חתונה האבן ווייל פרי' ורבי' איז אויך א מצוה. אבער מצות נישואין איז דוקא א חלק פון מצות קידושין וואס איז אומאפהענגיג פון פרי' ורבי' ווייל ס'איז א מצוה בפני עצמו און די יסוד דערפון איז אהבה בין איש לאשתו pure and simple.