דער מהות און פערזענליכקייט פון ר' מענדל ווייס, ע"ה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

דער מהות און פערזענליכקייט פון ר' מענדל ווייס, ע"ה

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 11:03 am

ר' מענדל ווייס, ע"ה איז געווען א וואוילער איד. א פשוט'ער,תמימות'דיגער, ערליכער איד. ער האט אין זיינע שפעטערע יארן ליידער געליטן אויף א (מענטל) מחלה וואס איז געווען גענעטיש אין זייער משפחה. ער האט געהאט אן עלטער'ן ברודער, חיים יאנקל, ע"ה וועלכער האטציך נעבעך ארומגעדרייט אין עולם התוהו פאר א שיינע ביסל יארן. איך געדענק איהם נאך פון ווען איך האב געלערנט אין ישיבה. ער איז שוין דאמאלס געווען אנדערש. און זיך אויפגעפיהרט מאדנע...!

בו בזמן איז ר' מענדל געווען א נארמאלער מענטש. א בעל בת'ישער איד. איך געדענק איך פלעג איהם זעהן ביי מנחה מעריב אין פאפא בית המדרש. ער איז געווען שיין אנגעטון. ער האט געמאכט א רושם ווי אן אנגעזעענער בעה"ב. נאר זיי האבן ליידער געהאט א גענעטישע מחלה וועלכע האטציך פראגרעסיוו פארערגערט...!

אין משך פון די יארן האטציך די מחלה ליידער גובר געווען אויף איהם. ביז ער איז צוגעקומען צו דעם שפל המצב וואס מיר האבן איהם געזעהן אין די לעצטע יארן פון זיין לעבן. ר'האטציך נישט געטוישט קיין וועש און נישט געהאלטן ריין. די קינדער האבן געהאט זייער א נישט שיינעם שם הכינוי פאר איהם. איך האף ער האט זיי מוחל געווען בעולם העליון.

ער איז געווען א מיטגעמאכטער מענטש. א פארצרה'טער איד. אבער לפי ידיעתי איז ער געווען ווייט פון א צדיק נסתר. אפילו קוים א תלמיד חכם. אפילו אויב יא האט ער זיך קיינמאל נישט צוגעזעצט אדער באטייליגט אין א שיעור אין ביהמ"ד...בגן עדן תהא מנוחתו...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13985
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16036 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9092 מאל

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 11:13 am

ר' בערל; שכוח פאר דעם ריפארט, כ'גדענק עם נאך, גוט, ווען ער האט זיך געדרייט אין וויליאמסבורג, שפעטער האט ער זיך געדרייט אין ב.פ. און אויך אין פלעטבוש. כ'האב אמאל געהערט פון איינעם אז ער האט זיך אויסגעדריקט, אז דאס מערסטע חסד האבן די מאדערענע פלעטבוש אידן געטוהן פאר עם.

און דאס וואס איר פארציילט וועגן זיין עבר, געדענק איך אויך אז ס'געווען אזוי, נאך אלץ קינד האב איך דאס געהערט, עניוועי יהא זכרו ברוך.
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 849
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 4042 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1557 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 2:05 pm

יישר כח ר'בערל,

אינטרעסאנט אז מען פלעגט זאגן אז ער איז יא געוועהן א גרויסע תלמיד חכם פאר ער איז יצא מדעתו.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2641
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1386 מאל

הודעהדורך ישראל גלויבער » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 2:48 pm

ר' מענדל האט א שטיק צייט זיך געדרייעט אין טאהש. און מ'האט געזאגט אויף עהם אז ער באהאלט עפעס פונעם פשוט'ן ציבור.
איך הער! נו נו..
ישראל גלויבער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 4:19 pm
געפינט זיך: גיבראלטאר
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 2:50 pm

און איך האב עים געזעהן לערנען זוהר מיט כתבי הארי.

אפשר האט ער עס געטון כדאי מיך צו ווייזן אז ער איז א צדיק נסתר... איי דאנט קנוי

אויך, זיינע אויגן זענען געווען שרעקעדיג שארף!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1722
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 938 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 875 מאל

הודעהדורך כלבאשבוע » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:11 pm

א חברה טעראריסטן לשם שמים (מסתמא מבית מדרשם פון רודפי מענדל וועכטער) האבן אים אמאל געקידנעפט און אפגערייניגט בעל כורחו, פארשטייט זיך אז סהאט געהאלפן א רעטעך
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

הודעהדורך ישראל גלויבער » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:19 pm

כ'ווייס אז דער סקווערע רבי האט עהם אמאל געגעבן טויזענט דאלער, און ווען איינער האט עהם געפרעגט צו ס'אמת, האט ער געוויזן מיטן פינגער שאאא
איך הער! נו נו..
ישראל גלויבער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 4:19 pm
געפינט זיך: גיבראלטאר
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

הודעהדורך קרעקער » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:29 pm

איז אמת אז ער האט געפאקעט גרויסע געלטער? אזוי האט מען געשמועסט, אויב יא וואו איז דאס געלט? ער האט יורשים?
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1102
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 10:54 am
האט שוין געלייקט: 181 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 544 מאל

הודעהדורך ישראל גלויבער » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:32 pm

ער פלעגט שיקן געלט קיין ארץ ישראל מיט א שליח, אבער דער שליח האט נישט געוואלט זאגן ווער ער איז
איך הער! נו נו..
ישראל גלויבער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 4:19 pm
געפינט זיך: גיבראלטאר
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:36 pm

אישתישבי האט געשריבן:יישר כח ר'בערל,

אינטרעסאנט אז מען פלעגט זאגן אז ער איז יא געוועהן א גרויסע תלמיד חכם פאר ער איז יצא מדעתו.

אישתישבי: אין לדיין אלא מה שעיניו רואות. איך האב איהם קיינמאל נישט געזעהן זיצן ביי א שיעור אדער זיך מפלפל זיין אדער שמועסן אין לערנען מיט איינעם. נאר תיכף נאך מעריב אי ער געגאנגען אהיים. מעגליך ער האט געלערנט און געהאט שיעורים אין נגלה און נסתר. נאר פאר ווער ס'האט איהם געזעהן אין ביהמ"ד האט ער געמאכט א רושם פון א פשוט'ן אבער ערליכן, איידעלן בעה"ב...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13985
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16036 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9092 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 3:49 pm

געקענט האב איך אים נישט
אבער מענטשן וואס האבן באחרת ימיו מיט אים מטפל געווען פארציילען נוראות'דיגע סיפורים, ווער ווייסט עפעס מער וועגן די עובדות ?
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 480 מאל

הודעהדורך בן אדם » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 5:29 pm

געהערט אמאל פון א איד - וואס ר' מענדל האבן א קביעות ביי זייינע שבת סעודות - ווי ער האט אמאל געקרעכטסט אויף דעם היינטיגן דור אז פארפאלן, אזוי גייט עס היינט, רב שטיינמאן ווערט אן אפיקורס און מענדעלע ווערט א צדיק נסתר... ר"ל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בן אדם אום זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 10:29 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1429 מאל

הודעהדורך אישתישבי » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 6:19 pm

ער פלעגט צומאהל זיצען אין בית מדרש אין קוקען אזעלכע פאפירן, און ווען איינער איז צוגעגאנגען האט ער עס אוועק געדרייט, און געזאגט אז עס איז נישט דיינע ענינים.

לכאורה כדברי קאצקע.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2641
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1386 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג סעפטעמבער 15, 2017 6:28 pm

אישתישבי: איך בין נאכנישט זיכער אויב קאצקע צוקער האט געזאגט וואס ער האט געזאגט, מיט א טאן פון ליצנות. ניין. ח"ו ליצנות. נאר מיט א שמייכל אויף זיינע ליפן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13985
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16036 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9092 מאל

הודעהדורך ישראל גלויבער » מוצ"ש סעפטעמבער 16, 2017 9:46 pm

ס'דא ל''ו נסתרים, און אז אפאר ליצים גלייבן נישט, ווערט עס נאכנישט אויס.
איך הער! נו נו..
ישראל גלויבער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 4:19 pm
געפינט זיך: גיבראלטאר
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 12:05 am

ס'איז טאקע דא ל"ו נסתרים. אבער ווער זענען זיי...? מ'מוז האבן געוויסע קוואליפיקאציעס צו זיין פון צווישן זיי. א מענטש וואס ער איז בשפל המצב בגשמיות וברוחניות. און מ'זעהט איהם אפילו נישט דאווענען. און כש"כ לערנען, איז זיכער נישט קיין קאנדידאט פאר א ל"ו צדיק. אפשר פאר אליהו הנביא וועלכער קומט אויספרובירן א מענטש...!

נישט א יעדער אויסטערלישער מענשט און טשודאק איז א ל"ו צדיק. און נישט א יעדער שלעפער מיט א ווייסע בארד איז אליהו הנביא. אני הקטן. איך האלט אז איך האב אויכעט שוין געזעהן אליהו הנביא. נאר ביי מיר איז ער געווען אנגעטון ווי א מאדערנער אמעריקאנער איד. מיט א סוט און נעקטיי. און ר'האטציך באוויזן צו מיר און געהאלפן ערב שבת קודש ווען איך בין געווען הילפלאז אויפ'ן הייוועי בערך א שעה פאר'ן זמן פון שבת. און ער האט געהאט אלע סימנים פון אליהו הנביא. ער האטציך פלוצלינג באוויזן צו מיר. און מיר געהאלפן. און גלייך נאכדעם איז ער פלוצלינג נעלם געווארן. און ווען איך האב אים געפרעגט פאר א נאמען האט ער מיר געגעבן א נאמען וואס קיינער אין די געגנט האט נישט געקענט אדער געהערט פון איהם...!.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13985
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16036 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9092 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 12:44 am

איך געדענק איינמאל זיצענדיג אין לעיקוואד מנין אויף 16 איז ער אריינגעקומען אין געברענגט קוקיס אין עס געלייגט ביים פריזש. כ'האב געהערט אז ער האט געהאט א קביעותדיגע מנהג דאס צו טון
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2639
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2737 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 2:10 am

ר'בערל קענסט ביטע אריינקימען קלארער די מעשה וועגן אליהו הנביא
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1722
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 938 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 875 מאל

Re: דער מהות און פערזענליכקייט פון ר' מענדל ווייס, ע"ה

הודעהדורך גרויסע מענטשעלע » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 8:06 am

א בילד האט איינער פין איהם ?
דאס מענטשעלע שפילט........
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 845
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 1068 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 390 מאל

הודעהדורך cictim » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 8:18 am

cictim
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 258
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 12:47 pm

קאצקע ציקער האט געשריבן:ר'בערל קענסט ביטע אריינקימען קלארער די מעשה וועגן אליהו הנביא

קאצקע צוקער: יא. און אן א שמייכל אויף די ליפן. ס'איז געווען אין א שפעטע שעה ערב שבת קודש ווען איך האב געדארפט פארן קיין מאנסי אויף א שמחה אין די משפחה. איך האב באקומען א פלעט טייער תיכף ביים אנהייב פון פאליסעידס פארקוועי. ווען איך האב געהאלטן אינמיטן ארויפדזשעקן דעם קאר און ארויסנעמען דעם ספעיר טייער, רוקט זיך אן א (מאדערן געקליידעטער) איד און טראגט זיך תיכף אן מיר צו העלפן. ער האט מיך נישט געלאזט גארנישט טון. ער האט אליין ארויסגענומען דעם רעדל פון טראנק און כהרף עין האט ער אראפגעדרייט דעם פעלער'דיגן רעדל און עס געטוישט. ווען איך האב איהם געוואלט לכתחילה צוהעלפן מיט עפעס האט ער מיך נישט געלאזט. ער האט אפילו אריינגעלייגט דעם געדעמעדזש'טן רעדל אין טראנק פון מיין קאר. אינצווישן האביך איהם געפרעגט פאר א נאמען. האט ער מיר געגעבן א נאמען און א געגנט ארום מאנסי וואו ..."ער וואוינט".. (העיווערסטראו)...ווען איך האב איהם געוואלט באדאנקען און איך דריי מיך אויס איז ער מער נישט געווען דארט. ס'איז געווען א סאך טרעפיק אויפ'ן פאליסעידס דאמאלס און ס'איז נישט גרינג געווען ארויפצוגיין צוריק אויפ'ן הייוועי. און ער איז נעלם געווארן כהרף עין.

ווען איך האב נאכגעקוקט אין די לאקאלע טעלעפאן בוך און אויך פון די ארומיגע געגנט איז נישט געווען אזא נאמען דארט. איך האב אויך געפרעגט א סאך מענטשן פון מאנסי און קיינער האט נישט געקענט אזא מענטש...!

ס'קען זיין אז ער איז געווען א פשוט'ער בשר ודם. נאר זייער א וואוילער איד. אבער דער חידוש איז אז ער איז שוין געווען אנגעטון שבת'דיג. און ער האט געמאכט די גאנצע מלאכה מרישא ועד גמירא. און אלעס זייער געשיקט און שנעלל. וואס איך וואלט זיכער נישט געקענט טון אליינס. און איך בין נאך אנגעקומען ב"ה קיין מאנסי א סאך פאר'ן זמן שב"ק...!

נ.ב.: קיין גוגל איז נאך דאמאלס נישט געווען. און אפילו ווען איך האב שפעטער (מיט א פאר יאר) גע'גוגל'ט דעם נאמען איז גארנישט ארויפגעקומען...!
און וויאזוי דער איד און בלאט זאגן...ויהי לפלא...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13985
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16036 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9092 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 1:57 pm

א איד וואס איז פערזענליך פארמישט געווען אין א פלאות'דיגע מעשה וויאזוי א איד איז געהאלפן געווארן ביי רבי מענדל האט מיר פארציילט משונה'דיגע פלאות'דיגע הנהגות וואס ער האט געזען ביי רבי מענדל
אין ארץ ישראל איז געווען א מקובל וואס האט גערעדט איבער אים זייער גרויס (געדענקך נישט יענעמ'ס נאמען.)
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 480 מאל

הודעהדורך ישראל גלויבער » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 2:00 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:ס'איז טאקע דא ל"ו נסתרים. אבער ווער זענען זיי...? מ'מוז האבן געוויסע קוואליפיקאציעס צו זיין פון צווישן זיי. א מענטש וואס ער איז בשפל המצב בגשמיות וברוחניות. און מ'זעהט איהם אפילו נישט דאווענען. און כש"כ לערנען, איז זיכער נישט קיין קאנדידאט פאר א ל"ו צדיק. אפשר פאר אליהו הנביא וועלכער קומט אויספרובירן א מענטש...!

נישט א יעדער אויסטערלישער מענשט און טשודאק איז א ל"ו צדיק. און נישט א יעדער שלעפער מיט א ווייסע בארד איז אליהו הנביא. אני הקטן. איך האלט אז איך האב אויכעט שוין געזעהן אליהו הנביא. נאר ביי מיר איז ער געווען אנגעטון ווי א מאדערנער אמעריקאנער איד. מיט א סוט און נעקטיי. און ר'האטציך באוויזן צו מיר און געהאלפן ערב שבת קודש ווען איך בין געווען הילפלאז אויפ'ן הייוועי בערך א שעה פאר'ן זמן פון שבת. און ער האט געהאט אלע סימנים פון אליהו הנביא. ער האטציך פלוצלינג באוויזן צו מיר. און מיר געהאלפן. און גלייך נאכדעם איז ער פלוצלינג נעלם געווארן. און ווען איך האב אים געפרעגט פאר א נאמען האט ער מיר געגעבן א נאמען וואס קיינער אין די געגנט האט נישט געקענט אדער געהערט פון איהם...!.

שיין זעען אויס די ל''ו נסתרים לויט דיין שיטה.. ווי די מארשעלס אויפן פליגער וואס יעדער דערקענט זיי..
האסטו אמאל געהערט ווי ר' שלמה'לע לייגט אראפ א פיגור פון א ל''ו-ניק? דווקא פראסט און ווילד, אז דער בעל עגלה זאל עהם פאר קיין ספק נישט דערקענען אלץ עפעס א יש.
איך הער! נו נו..
ישראל גלויבער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 4:19 pm
געפינט זיך: גיבראלטאר
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 2:25 pm

ישראל גלויבער: איך גיי יעצט נישט רעדן דוקא וועגן ר' מענדל ווייס, ע"ה. נאר בכלליות. א קאנדידאט צו זיין א נסתר. וואס קען מעגליך זיין. איז א פשוט אויסזעעהענדער מענטש, וועלכער ווייזט נישט ארויס עפעס ספעציעלע רוחניות'דיגע התעלות סיי אין עבודת ה' און סיי אין לערנען. און נישט א מענטש וואס עפ"י הלכה טאר ער נישט דאווענען מיט די קליידער וועלכע ער האט אנגעטון. נאר מ'טאר נישט מאכן א ברכה און זאגן א אידיש ווארט אין זיינע ד' אמות. וועלכער נעכטיגט איבער ווער ווייס וואו אין זיינע אומריינע בגדים, וועלכע ער טראגט פון טאג צו טאג און וואך צו וואך. אזא מענטש קען בשום אופן נישט פאררעכנט ווערן פאר א קאנדידאט צו זיין א צדיק נסתר.

אין איינס פון די שטעט וואו איך האב געוואוינט אלס יונגל איז געווען א בריאה וועם מ'האט גערופן ..."דער גראבער שוחט"...ער איז געקומען צו א יעדן קידוש אין א יעדן ביהמ"ד. און זיך דארט אנגעשטאפט. (כ'וועל נישט זאגן אנגעפרעסן.) ער האט נאך אריינגעלייגט שטיקער קוגל אין זיינע קעשענעס און אהיימגעטראגן וואו ס'איז נישט געווען קיין עירוב.

מ'האט געשמועסט (אונז יונגלעך) אז ער איז געווען א שוחט. נאר מ'האט איהם מעביר געווען פון שחיטה. און ער האטציך אויך אראפגענומען די בארד. וואלט דען איינעם איינגעפאללן צו האבן א הווה אמינא אז דער העסליכער, אפשטויסנדיגער מענטש איז א קאנדידאט פאר א ל"ו צדיק...?!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 5:18 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13985
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16036 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9092 מאל

הודעהדורך elter-zeide » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 3:04 pm

אין ארץ ישראל איז געווען א מקובל וואס האט גערעדט איבער אים זייער גרויס (געדענקך נישט יענעמ'ס נאמען.)

קיק וואס רש"י זאגט אויף "וידעים לשבטיכם" שֶׁהֵם נִכָּרִים לָכֶם, שֶׁאִם בָּא לְפָנַי מְעֻטָּף בְּטַלִּיתוֹ, אֵינִי יוֹדֵעַ מִי הוּא וּמֵאֵי זֶה שֵׁבֶט הוּא, וְאִם הָגוּן הוּא, אֲבָל אַתֶּם מַכִּירִין בּוֹ, שֶׁאַתֶּם גֻּדַּלְתֶּם אִתּוֹ, לָכַךְ נֶאֱמַר וִידֻעִים לְשִׁבְטֵיכֶם (רש"י דברים א' פ' י"ג).

פרעג אידן פון דיין שטאט וואס זענען דא אויפגעוואקסן אין אין האבען די אויגען אויפן פלאטץ, נישט ערגאטץ א פארווארפן דערפל אויף יענע עק וועלט, וואס ווייסען נישט פון רעכטץ אין לינקס, אין זיכען דיר איינרעדען מעשות וואס קלעבט זיך שנעל אויף פרלוירענע נשמות, זיי זענען גרויסע מומחים אין דעם,
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 137 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: מנחם ציון און 6 געסט