נייער חידוש אין שטריימל וועלט!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2050
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 3094 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2799 מאל

נייער חידוש אין שטריימל וועלט!

שליחה דורך קל וחומר »

יעדער חסידישער איד ווייסט צו זאגן וועגן דעם 'שטריימל'. אנגעהויבן פון א גזירה איז עס פארוואנדלט געווארן אין א חסידישער יוניפורם וואס אידענטיפיצירט די פינאנצואלער מצב פונעם באהאפטענעם קאפ, געוואנדן אינעם צאל און אין די הייעך פון די שפיזן און שווענץ. (אדער עכ"פ די מצב אין וואס דער טראגער וויל זיך אהערשטעלן).

אין א צייט וואס עס איז כמעט לחלוטין נשתכח געווארן דעם תורת הבעש"ט אינעם שטריימל הינזיכט האט אויפגעלאכטן א פרישע שטראל פון האפענונג פאר די וואס ווילן בלייבן מיטן אמאליגן אוטענטישן חן און פרייז פון דעם שטריימל, נעמליך, מלכות וואקסבערגער האט באוויזן זיך צאמפארן מיט איינע פון די שטריימל פראדוצירער אין א"י און אהערגעשטעלט א שטריימל נאכגעמאכט פונעם אמאליגן שטייגער לייכט אויפן קאפ און פארן טאש געאייגנט אפיציעל פאר די סעודות ביז עס וועט האפענטליך ווערן די אפיציעלן שטריימל ויחזיר עטרה ליושנה! בילד

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר