דער ''פארווערטס'' און זייער אגענדע, א שמועס מיט זיי

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4626 מאל

דער ''פארווערטס'' און זייער אגענדע, א שמועס מיט זיי

שליחה דורך געוואלדיג »

מיט א שטיקל צייט צוריק האב איך געהאט א שמועס מיט ידידים איבערן פארווערטס, די שמועס איז געווארן מחמת ידידנו ר' ראובן האט צוגעלינקט צו דעם פארווערטס וואס לויבט אויס אונזער שטאלץ - אונזער אויסגאבע דער וועקער, אבער מיין רעאקציע צו די לינק איז געווען לא מעוקצך ולא מעוקצך, איך דארף נישט דיין לויב ווערטער אויף מיינע אויסגאבעס, געוויסע האבן גע'טענה'ט צו מיר אז איך בין נישט גערעכט און זייער אגענדע היינט איז אנדערש פון אמאל און עס איז אינגאנצן נישט אנטי רעליגיע אדער חרדים/חסידים,

האב איך מחליט געווען אז אנשטאט צו שפעקולירן לאמיר זיי אליין פרעגן, האב איך אפגעשיקט צו די רעדאקציע פונעם פארווערעטס א שאלה וכדלהלן
איך בין נייגעריג צו הערן פון אייך וואס איז אייער וויזיע פארן פארווערטס היינטיגע צייטן ווען אידיש אינעם כלל איז גענוצט כמעט נאר דורך חרדישע שומרי תורה ומצוות וואס זענען עפ''י רוב נישט מיט אייך אויף איין זייט.

א דאנק פון פאראויס
געוואלדיג פון קאווע שטיבל


איך האב דערנאך אביסל בעסער מסביר געווען מיין פראגע
איך וויל בעסער מסביר זיין מיין פראגע, איך ווייס אויך אז פילע יונגע חרדישע אפשטאמיגע מיט שטריימלעך און סמארטפאונס אדער סתם אומגעפילטערטע קאמפיוטערס וועלן צומאל ליינען אייער אויסגאבע, מיין שאלה איז אז יעדע אויסגאבע האט א ציהל און א אגענדע וואס איז די טרייב קראפט אונטער די אויסגאבע, וואס איז אייער ציהל און אגענדע

מיט דאנק


עס האט נשט לאנג געדויערט און איך האב באקומען אן אנטווארט, און נאך א שמועס אהין און צוריק האט מיר די רעדאקטארין געבעטן אז מיין ערלויבעניש צו פובליצירן מיין שאלה און ענטפער אין איהר חודשליכע עדיטאריעל,

אינעם עדיטאריעל (http://yiddish.forward.com/articles/206 ... ur-agenda/) האט זי געמאכט א לאנגס און א ברייטס איבער די שאלה,

די תשובה אבער איז מיר געווען זייער אנטוישנד, ווי א פאליטישן וואס גיבט זיך אכטונג פון אריין פאלן אין בלאטע, געשריבן און געשריבן אבער גארנישט געענטפערט, וויבאלד אז למעשה זענען רוב רובם פון די אידיש רעדנדע נישט קיין פארווערטס ליינער, אונז האבן אונזער אייגענע נייעס קוועלער און אינטערעסע זעטיגער,

אירע ווערטער
מײַן כּוונה (אָדער „אַגענדע‟, ווי עס זאָגט ר׳ געוואַלדיג) איז צו ווײַזן אונדזערע לייענער אַז נישט בלויז זיי, נאָר אַ סך אַנדערע מענטשן איבער דער וועלט שאַנעווען די ייִדישע שפּראַך און באַמיִען זיך, סײַ אין זייער פּראָפֿעסיאָנעלן לעבן, סײַ אין זייער פּערזענלעכן, אויפֿצוהאַלטן אַ פֿאַרבינדונג מיט דעם.


איך ווייס נישט צו דאס איז א וויץ, אבער אויב דאס איז זייער אגענדע דאן איז עס א ביטערע דורכפאל, אבער נאך אלעם דערווייל בין איך נאך נישט אפיציעל בארעכטיגט געווארן צו מיין בייסיגע אנטווארט אויף זייער ארטיקל וועגן דער וועקער,

עס איז א דורך עטליכע טעג און אט איז ערשינען דארט אן ארטיקל אן אנטווארט צו דעם עדיטאריעל, געשריבן דורך מרים שמולעוויטש-האפמאן, (http://m.yiddish.forward.com/articles/2 ... -forverts/) און זי איז שוין זייער ברוגז אויף מיין שאלה

הײַנט לייען איך אַז מ’הייבט נישט אָן צו וויסן ווי זיך צו ספּראַווען מיטן ייִדישן פֿאָרווערטס, פֿאַר וועמען שרײַבט מען? ווער לייענט אונדז?

מײַן לאָזונג באַשטייט אין דעם אַז דער פֿאָרווערטס מוז פֿאַרבלײַבן דאָס וואָס ער איז אַלעמאָל געווען, נאָך אַלעמען מען לייענט אים אין קאַנאַדע, אין פֿראַנקרײַך, אין ישׂראל, אין אויסטראַליע, וווּ נאָר אַ ייִדישער ישובֿ, און דער עיקר נישט פֿאַרוואַסערן, נישט אונטערלעקן זיך די פֿרומע עדות, זאָלן זיי אויך וויסן וואָס עס קומט פֿאָר אין דער פֿרײַער וועלט און אפֿשר טאַקע איבערדרוקן פֿון צײַט צו צײַט אַרטיקלען פֿון אונדזער פֿאָרווערטס.

איך לייען אין מײַן צײַטונג אַרטיקעלעך וואָס ווײַזן מיר אָן אַז אויף צו זײַן פֿרום דאַרפֿן ייִדישע פֿרויען טראָגן יובקעס פֿערצן סענטימעטער אונטער די קני, אַ סימן אַז די אָנווײַזונגען זײַנען נישט געצילט צו פֿרומע פֿרויען, און אויב צו אונדז וועלטלעכע פֿרויען נויטיקן מיר זיך נישט אין אַזעלכע אָנווײַזונגען.

און נאָך אַ זאַך, ווער זײַנען אונדזערע לייענער? אויב זיי זײַנען עם־הארצים, דאַרפֿן מיר זיך אונטערוואַרפֿן זיי און שרײַבן עם־הארצישע אַרטיקלען? און אויב זיי זײַנען ציוניסטן און ווילן בלויז ציוניסטישע סחורה, דאַרפֿן מיר זיך אונטערוואַרפֿן זיי? און אויב זיי זײַנען אַלע פֿרומע? דאַרפֿן מיר קאַפּיטולירן און אָנהייבן דאַווענען מנחה־מערבֿ?

איך האַלט דווקא פֿון רבנישער חכמה, איבערדערציילט זייערע וווּנדער־מעשׂיות ונפֿלאות, דערמאָנען דעם בעל־שם טובֿ, דעם ריזישנער רבין, ר׳ מאָטעלע טשערנאָבילער, שׂרה בת טובֿים מיט זייערע וווּנדערלעכע פֿאָלקס־מעשׂיות.

מיר מוזן שרײַבן וועגן יענע וווּנדערלעכע הייליקע רביים, די רופֿא חולים, מיר זײנען נאָך אַלעמען זייערע יורשים. מיר ווייסן גאַנץ גוט אַז דער רבונו של עולם האָט אונדז אַלע באַשאַפֿן אין זײַן צלם, סײַ פֿרומע סײַ פֿרײַע.

און אין דער זעלביקער צײַט מוזן מיר באַנײַען די שריפֿטן פֿון אונדזערע אַמאָליקע ליטעראַטן, קינסטלער, פּאָעטן. זאָלן די וועלטלעכע און די פֿרומע, די עם־הארצים און די נאָכשלעפּער אויך עפּעס געניסן. די ייִדישע ליטעראַטור איז רײַך, מיר באָדן זיך אין עשירות פֿון ייִדישן ליטעראַרישן באַגאַזש, ס’גייט אין דעם אַז יענע וואָס זיצן אויף די ייִדישע פּאָסטנס מוזן אויפֿבלעטערן די נעכטיקע ייִדישע צײַטונגען, זשורנאַלן, ביכער, ליטעראַרישע בלעטער, פּאָעזיע און קונסט און צו אַלדע רוחות אָנהייבן לייענען!

און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן אַז אונדזער ייִדיש לשון צוזאַמען מיט אונדזער לשון־קודש האָט געטראָגן דעם ייִדישן גאָט און דעם עול פֿון ייִדישקייט אויף זייערע אייגענע פֿליגל דורות לאַנג. ס’איז ייִדיש קודש, רבותי.


היתכן מען ווייסט נישט פון זיך אליין וואס זייער ציהל איז, און זי קלערט אונז אויף, נאכן פראבירן איינרעדן די פילע מאסן ליינער פונעם פאפולערן פארווערטס אז די 'חסידים' ווייסן גארנישט פונעם האלאקאסט און אז סאטמארער אינגעלייט זענען איהר נאכגעלאפן פאר תשובות, קומט זי צום ציהל, און דאס איז

"דער עיקר נישט פֿאַרוואַסערן, נישט אונטערלעקן זיך די פֿרומע עדות, זאָלן זיי אויך וויסן וואָס עס קומט פֿאָר אין דער פֿרײַער וועלט און אפֿשר טאַקע איבערדרוקן פֿון צײַט צו צײַט אַרטיקלען פֿון אונדזער פֿאָרווערט"
.

אזוי גאר, די ציהל איז דער עיקר פונעם פארווערטס צו אנהאלטן די מערכה און חלילה נישט זיך צושטעלן צו די סטאנדארטן פון רוב רובם פון די רעדנער פונעם שפראך פון די אויסגעשפילטע אויסגאבע און דאס וועט אוודאי ברענגען צו דעם אז אין דער איד און בלאט און אוודאי אינעם מאמענט וועט מפעם לפעם ווערן איבערגעדרוקט ארטיקלען פונעם פארווערטס, איך גלייב אז זי האט אליין געלאכט נאכן שרייבן די דברי ליצנות.

צום סוף איז געקומען איינער און ארויסגעברענגט מיין הרגשה בעסער ווי איך וואלט אליין געקענט, זלמן חסיד רופט ער זיך, און וואס ער שרייבט (http://m.yiddish.forward.com/blogs/yidd ... eph/206774) מוז איך אראפ ברענגען אינגאנצן פשוט ווייל ער שרייבט ממש וואס איך טראכט
ביי די חסידים פעלט ברוך השם נישט קיין אידישע ליטעראטור. נישט אומזיסט זעט מען נישט די „מאסן אויסוואנדערונג” פון חסידים וואס ליבן אזוי אידיש, צום פארווערטס.

די חסידיש־אידישע ביכער זענען ניי, מיט הערליכע ציכטיגע בלעטער, שטארק געבונדען, גרויסע אותיות פול מיט לעבן, געדרוקט מיט די נייעסטע טעכניק, מיר האבן פולע פאליציעס מיט ליטעראטור, און איבער אלעס איז עס אויך א ביזנעס. אידישע שרייבער און אידישע קאמפאניס ביי די חסידים מאכן ב״ה א סך געלט, די ביכער פארקויפן זיך אין די טויזענטער, מען לייענט עס מיט דורשט. איידער מען איז פארטיג מיט איינס קומען ארויס נאך פינף. אונזערע שרייבער זענען פרומע ערליכע גלויביגע אינגעלייט וואס פירן זיך יידיש לויט די תורה הונדערט פראצענט. אלע אונזערע אידישע ביכער זענען פול מיט פאזיטיווקייט, מיט לעבן און חיות, וואס גיט שטארקייט פארן לייענער, אמונה און כוח ער זאל קענען ווייטער אנגייען מיט זיין לעבן מיט מוט און שמחת הנפש.

עס פעלט אונז אויך ב״ה נישט קיין צייטונגען — סיי נאציאנאלע ווי „דער איד”, „דער בלאט”, „די צייטונג” — סיי לאקאלע אין ברוקלין, מאנסי, סקווירא. אין מאנרא, א שטייגער, קומען ארויס דריי לאקאלע אידישע צייטונגען: דער „בולעטין”, דער „דזשורנאל” און דער „וואכנשריפט”.

נו, אויב אזוי, פארוואס זאל די חסידים טאקע אויספעלן דער פארווערטס? א דורכשניטליכער חסיד האט נישט קיין ספעציעלע אינטערעס אין א יודישן זינגער — א מאן צו א פרוי — וואס זיין אדער איר יארצייט פאלט אויס היינט, אדער אז עס האט זיך אויפגעמאכט א אידיש קלאס פון זעקס שילערינס אין פוילן. וואס דארפן מיר וויסן די נייעס, ווען ביי חסידים מאכט זיך אויף יעדן טאג א קלאס פון 25 קינדער וואס וועלן רעדן אידיש זייער גאנץ לעבן?

און פארקערט — פארוואס זאל דער פארווערטס בכלל קוקן אויף חסידים? זאלן חסידים גיין זייער וועג, און זאל דער פארווערטס מיט אירע סעקולערע ליינער און שרייבער גייען איר וועג, און זאלן ביידע האבן הצלחה.

עס זענען דא גוטע סיבות פארוואס א חסיד זאל זיך דערווייטערן פונעם פארווערטס. ערשטענס זענען דארט דא א סך ארטיקלען וואס רעדן קעגן די תורה און אמונה, קעגן די מיצוות, קעגן דאס אידיש לעבן וואס א חסיד פירט. מער פון דעם, א סך שרייבער ווייזען ארויס א געוויסע פיינטשאפט צו חסידים און זייער טאגטעגליכן וועג, א סך שרייבער שטעלן זיך פֿאר אז אלע חסידים זענען נישט גוט. זיי נעמען „אלע” חסידים אריין אונטער איין נאמען, דאס ווארט „חסידים” איז א שלאגווארט פאר אל דאס שלעכטס.

מען וואלט זיי געדארפט לערנען אז מען מוז ליב האבן יעדען באשעפעניש, ואהבת לרעך כמוך. אויב טרעפט מען עפעס א חסרון ביי איין מענטש פון א גרופע איז דאס נישט קיין כלל אויף די גאנצע גרופע. איבעראל זענען דא גוטע און נישט־גוטע. דאס איז דאך די גרונדפרינציפ פון „אפנקייט” און טעלעראנץ. איז ווי נעמט מען אריין א געמיינדע אידן פון הונדערט טויזענט פאמיליעס צוזאמען אויפאיינמאל?

עס זעט אויס ווי די שרייבער האלטן אז דער כלל פון טאלעראנץ גילט נישט פֿאַר די חסידים. זיי דארף מען נישט ארייננעמען צווישן די לייענער פונעם פארווערטס. יא, דער ציל איז „אַרײַנצוציִען אוהבֿי־ייִדיש פֿון אַלע מינים”, אידיש איז נאך נישט אונטערגעגאנגען ווייל א זינגערין אין א ווייט לאנד זינגט עפעס א אידישע ליד פאר אירע סטודענטן, אבער פרעגן פרעגט זיך א קלאץ קשיא: חסידים זענען נישט פון די אוהבי יידיש?

מיט דעם אלעם, זענען אבער א סך חסידים קליגער פון דעם. חסידים האבן שוין איבערגעלעבט די צייטן ווען מען האט זיי באשריגן אלס „שונאי ישראל”, וואס מע האט געשריגן אויף זיי: „איר פארשוועכט דעם נאמען פון גאט!‟, „איר ארבעט נישט און איר מאכט נישט קיין געלט!‟ [איי, חסידים האבן ב״ה גרויסע ביזנעסער און א סך זענען שווערע ארבעטער, דאס דארף דער חסיד שפעטער קומען זיך פארענטפערן].

חסידים וואס לייענען יא דעם פארווערטס טוען עס ווייל זיי האבן ליב אידיש און האבן אויך ליב פרייהייט פון ווארט. עס געפעלט זיי דער געשמאקער סטיל פונעם פארווערטס, אפילו ווען עס איז סעקולער. די חסידים ווילן אויפנעמען יעדן יידישיסט פאזיטיוו און פרואוון זיך חברן מיט אים.

פארוואס איז דאס אזוי? ווייל זיי קוקען ארויס זיך צו לערנען חכמה און פארשטאנד פון א געלערנטען, ווי די משנה לערנט: איזהו חכם הלומד מכל אדם. א קלוגער מאן לערנט זיך פון יעדן איינעם. יא, מיר גלויבן אין גאט און אין די תורה מיט א שטארקע אמונה, מיר פלאגן זיך מיט איבערמענטשליכע כוחות אנצוהאלטן אונזער מסורה, זיך פירן וויאזוי מיר האבן געזען ביי אונזערע טאטעס־מאמעס זיידעס־באבעס, אבער מיר ווייזען טאלעראנץ און האבן ליב איינעם וואס רעדט אידיש, אפילו ער האלט אינגאנצען אנדערש ווי מיר האלטן.

א חסיד לייענט דעם פארווערטס ווייל ער האט זייער ליב צו זען ווי די אידישע שפראך שפרודעלט און לעבט, אפילו ביי נישט־גלויביגע אידן. עס איז ביי אים דער גרעסטער פארגעניגען צו זען ווי א סעקולערער מענטש רעדט אידיש, אידיש איז ביי אים ווי דאס נצחיות פון זיין גלויבן, עס גיט אים אנצוהערן אז יעדער איד האט עפעס א שטיקל שייכות, אפילו א גאנץ קליינע, צום אידישן פאלק.

נו, וויאזוי קען א חסיד טאקע ווערן א פייערדיגער חסיד פונעם פארווערטס? ער דארף פרייהייט פון ווארט „אין פולן זין פון ווארט”, נישט איינזייטיג. דער חסיד דארף זען אין דער צייטונג נישט נאר זאכן פון די אלגעמיינע סעקולערע אידן. פרייהייט מיינט אויך שרייבן וועגן תורה, וועגן אמונה, וועגן מיצוות און מעשים טובים, וועגן יידישקייט.

פרייהייט מיינט אז מען זאל זיין באקוועם צו שרייבן און צו לייענען אנטי מדינת ישראל מיינוגנען. א חסיד זאל זיך קענען אויסדריקן זיין מיינונג קעגן מדינת ישראל. אויב דער פארווערטס ערלויבט זיך צו הערן און שרייבן קריטיג קעגן חסידים, אפילו אויב אזויפיל חסידים ווערן בייז אויף זיי, דאן פארוואס זאלן זיי זיך נישט ערלויבן שרייבן קריטיג קעגן מדינת ישראל אפילו אויב אזופיל ישראלים ווערן בייז אויף זיי?

און פארוואס קען טאקע נישט אזא הויכגעשעצטער צייטונג ווי דער „פארווערטס” וואס שטאלצירט מיט איר פרייען וועג, נישט לאזן דרוקן ארטיקלען קעגן ציונות?

אויב דער ציל פון פארווערטס איז „צונויפֿצוברענגען ייִדן פֿון פֿאַרשידענע מיינונגען און הינטערגרונטן אַנשטאָט זיי נאָך מער צו דערווײַטערן איינער פֿונעם אַנדערן‟, דאן פרעגט זיך, פארוואס זאל מען נישט צונופברעגנען יידישסיטן מיט חסידים?

ווען דער חסיד וועט זען אז זייט ביי זייט פון סעקולערע ארטיקלען, געפינען זיך דארט ארטיקלען וועגן דעם לעבן פון חסידים, אויב די שרייבערס וועלן זיך באציען צו די פרינציפן פון די חסידים מיט רעספעקט, דאן וועט דער פארווערטס קענען צוציען צענדליגער טויזנעטער קלוגע אידיש־רעדענדיגע פריי־דענקענדיקע לייענער.

איך האב א חלום, אז דער פארווערטס זאל ווידמען ארטיקלעך פון אלעס וואס א חסיד דארף וויסן! דאן וועט דער חסיד נישט שפירן דעם פארווערטס פאר א פיינט, און וועט זיך קענען א סך לערנען פון דעם פארווערטס וואס איז טאקע פול מיט קלוגשאפט און אידישע פקחות.

מי יתן והיה!

איך וועל ענדיגן מיט די קלוגע ווערטער פון צוויי באגאבטע שרייבער פונעם פארווערטס: לייזער בורקא, אין זיין ארטיקל „אַנטלאָפֿענע און געבליבענע‟, און יואל מאטוועיעוו אין זיין ארטיקל סאַטמאַר: דער הײַנטיקער מין ייִדישלאַנד‟:
„…עס דאַכט זיך מיר, אַז די אויפֿגאַבע פֿון די ייִדישיסטן איז ניט צו שטיין אין אַ זײַט און זוכן חסרונות, נאָר אַרויסהעלפֿן די דאָזיקע צוויי גרופּעס, אין וועלכע עס ווענדט זיך מסתּמא די צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער קולטור.‟

„איידער מע הייבט אָן באַגיסן סאַטמאַר מיט שוועבל און פּעך, זאָל מען זיך דערמאָנען, אַז מיר האָבן דאָ צו טאָן מיט אַ נײַעם מין ייִדישלאַנד, אַ גרויסן אינדזל פֿון אַ לעבעדיקער אַשכּנזישער עטנישער קולטור, וואָס אַנטוויקלט זיך איצט — נישט געקוקט אויף די פֿאַרשיידענע חסרונות — מיט אַ פֿאָנאָמענאַלער שנעלקייט.‟


וואס האלטן ענק חברים, לבגי די אגענדע פונעם פארווערטס און לגבי זייערע חלומות פאר אונז?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר