וויאזוי בערל בעל עגלה (דער 1'טער) איז נתקרב געווארן צום דרך

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19770
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24884 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15072 מאל
קאנטאקט:

וויאזוי בערל בעל עגלה (דער 1'טער) איז נתקרב געווארן צום דרך

שליחה דורך berlbalaguleh »

דאס איז א המשך צו די פריער'דיגע פארזעצונג וועלכע האט גערעדט איבער דעם זיידן פון אונזער משפחה דער חשוב'ער איד און ירא שמים וועלכער איז געווען פון פאך אויס א בעל עגלה. און וויאזוי ער איז נתקרב געווארן צם דרך הבעש"ט הק' ותלמידיו. און אזוי אויך זיינע אייניקלעך און אור אייניקלעך פאר פערצן דורות בליעה"ר. וכן ירבו.

פאר דעם אנהויב פו דעם סיפור המעשה ווערט (דער וואס איז אינטרעסירט אדער נייגעריג) געבעטן נאכצוקוקן אין דעם אשכול..."א בליק אין די גדולי ישראל"...אנטשולדיגטס אז איך קען נישט לינקן אהין. ווייל איך בין א גרויסער עם הארץ (נאכמער ווי סתם א בעל עגלה) אין עניינים פון טעכנאלאגיע.

והנה: האמיר געשמועסט אז דער זיידע ר' בערל בעל עגלה דער ערשטער איז אויפ'ן וועג צו זיין אכסניא אריבערגעגאנגען דעם ביהמ"ד פונ'ם הייליגן מגיד פון מעזריטש. וואס איז אין יענע צייט באשטאנען פון א האלב איינגעפאלענע הייזקע. אזוי ווי ער איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד האט ער זיך אוועקגעשטעלט ביי די טיר. און דער הייליגער מגיד האט מרגיש געווען אז ס'איז דא אן אורח. האט ער געהייסן פאר די גבאים אז מ'זאלל דעם אורח ארויפרופן אויבן אן. און מ'האט איהם אוועקגעזעצט נעבן דעם מגיד. נאכ'ן געבן שלום פאר'ן אורח האטציך דער מגיד אנגערופן. איהר זעהט אז אונזער חבורה האבן א נייעם דרך אין עבודת ה' צו דיענען דעם באשעפער מתוך שמחה ודביקות. אונז וויללן מיר דיך ארייננעמען אין אונזער חבורה. דער זיידע האט מסכים געווען. און ער האט געזאגט ילמדנו רבינו. דער רבי זאלל מיך אויסלערנען דעם וועג פון עבודת ה' מתוך שמחה. דער זיידע ע"ה איז געווען א גרויסער ירא שמים. ער האט מקפיד געווען א יעדן טאג צו לערנען חק לישראל. ער האט אויכעט געלערנט א ביסל משניות און עין יעקב. אבער קיין גמרא האט ער נאך דאמאלס ליידער נישט געקענט. ער האט נישט געוואלט קויפן די שטיינזאלץ אדער ארט-סקראלל גמרות ווייל ער האט געוואוסט אז די התאחדות הרבנים פון וויליאמסבורג מיט איצא שייגעץ בראש גייען עס אסר'ן...! האט דער מגיד געשטעלט 2 יונגעלייט (וועלכע זענען שפעטער געווארן וועלט בארימטע מנהיגי החסידות) אז זיי זאללן לערנען מיט'ן זיידע'ן גמרא און רש"י. אויך איבער חזר'ן און געבן צו פארשטיין די תורה'ס פונ'ם בעש"ט הק' און פונ'ם מגיד. אזוי איז אדורך א וואך אין א גאר געהויבענע אטמאספער. דער מגיד האט פארזאמלט די תלמידים א יעדן טאג און געזאגט תורה. נאכדעים האבן די חסידים פון די שטאט דיבובא באשלאסן צוריק צו פאהרן צו זייער היימשטאט. ווען מ'איז אנגעקומען צוריק אהיים האט דער זיידע די ערשטע זאך אפגעשטאט א באזוך ביי דזשי & דזשי. און ר'האטציך געקויפט א זיידענע בעקישע מיט א רעזשעוואולקע און א ווייסן שאל. אויכעט א טיש בעקישע מיט א פשוט'ן גארטל/בענדל. נישט מיט קנעפלעך. ווייל הרב אבא חייא טויבער שליט"א פונ'ם מאמענט איז זייער ברויגז אויף דעים...! נאכדעים איז ער געגאנגען צו יופי שטריימלעך אין געשעפט און באשטעלט א טייער'ן , הויכ'ן שטריימל. אזוי ווי די פרישע חתנים. כאטש ער איז שוין געווען א מיטל יעריגער איד אין די פופציגער יארן. ער האט אויכעט געמאכט זיינע פיאות צולאטשעט און צו פלויגן. אזוי ווי ס'פאסט זיך פאר א חסידיש'ן יונגערמאן. ווי מ'קען זעהן אין די אדווערטייזמענטס פאר קרויס שטריימלעך. ווייל פריער איז דער זיידע געגאנגען מיט א קורץ רעקל און אן אראפגעבויגענעם הוט. אפילו אום שבת. ווען ער איז דעם ערשטן שב"ק צו מנחה וקבלת שבת געגאנגען צום ערשטן מאל אין ביהמ"ד מיט זיין נייעם לבוש האבן די מערסטע מתפללים איהם נישט דערקענט. זיי האבן געמיינט אז ס'איז געקומען עפעס א חשוב'ער אורח אדער א רב פון אנ'אנדער שטאט. ווען זיי האבן זיך ענדליך געכאפט ווער דאס איז, האבן זיי אויסגעפלאצט אין א גרויסן געלעכטער...המשך יבוא, אי"ה ( איך וויל נישט איבערשטרענגען דעם עולם.)...!

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר