בלאט 1 פון 1

קוקען מאוויס, פאסט עס דען פאר א מענטש מיט שכל?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 03, 2017 7:12 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לעצטענס מערק איך אז מ'האט ארויפגעלייגט פארשידענע טי.ווי. שאוס און איך וויל דער ענין אויסשמועסען.

מיר זענען אלע אויפגעהאדעוועט אז טעלעוויזשען איז טרייף און מאוויס זענען גוייש, און די יונגערע דור האט אויך געהערט אז אינטרנט איז ביהרג ואל יעבור. אלזא, ווען מ'ווערט עלטער און מ'זעט איין אז דער אינטרנט איז גארנישט ביהרג ואל גארנישט, נאר א חלק פון לעבען, ווערט מען אביסל לייכטער אין אלע עניינים.
איך וויל אבער נישט רעדען פון די תורה שטאנדפונקט דוקא, נאר פון א מענטשליכע. אונז האלטען מיר אלע פון זיך אלס אויפריכטיגע מענטשען. יא, אפשר זענען מיר אנטוישט פון דער סיסטעם, אבער נישט ווייל עבדא בהפקירא ניחא ליה, נאר ווייל עס שטימט נישט מיט שכל. אונז ווילען מיר זיין שכל'דיגע מענטשען און פאר דעם זוכען מיר אן אייגענעם לעבען. פאר אזא מענטש, דארף מען זוכען נאר חכמה און טיפקייט. זיך סתם דרייען און פוסטעווען האט קיין שום פשט נישט. מ'דארף זיך אמאל אויסלופטערען, קומט מען שמועסען אין קאוועשטיבעל, די עכטע און די ווירטואלע. אבער דער עיקר וואס מיר זוכען איז חכמה און רעכטיגקייט. מיר ווילען האלטען א חשבון אויף אונזערע יארען און און זיי אויסנוצען זיך אויפצובויען.
דאס קוקען מאוויס איז לדעתי א סתירה צום גאנצע צלם אלקים, צום גאנצע חשיבות פון דער מענטשהייט. מ'איז א מענטש מיט געוואלדיגע כשרונות, און מ'פישט עס אוועק אויף דמיונות שוא, אויף מעשה'ס או געפילען פון יענעם, א בחינה פון חלמו אחרים על אחרים?! שמועסט דברי חכמה, פרעגט'ס שאלות אויף אמונה, טראכט'ס וויאזוי א טובה צו טוהן א מענטש, וויאזוי צו פארשטייען מענטשען און גאט בעסער, אבער סתם זיצען און זינקען אין נאנסענס פאסט נישט פאר אן ערנסטע מענטש.
און דאס גילט אויף ספורט'ס אויך. ווי קומט עס אז אן ערוואקסענע מענטש זאל זיך אריינלייגען אין אזא מין קטנות ווי קלערען ווער האט אריינגעלייגט א באל אין וועלכע נעץ? וואס טוט עס פאר דיר, וואס האט עס מיט דיין לעבען? וואס פארא בענעפיט ברענגט עס פאר די מענטשהייט?
יא, מ'דארף זיך אפרוען, מ'דארף האבען זאכען מיט וואס זיך צו אויסלופטערען, און מסיח דעת זיין פון די דרוק פון די טאג, אבער דאס איז נישט קיין תכלית פאר זיך, נאר א וועג זיך אויפצובויען צו קענען ווייטער טוהן וויכטיגע זאכען. אבער דאס ליגען אין נאנסענס איז א בזיון פאר א מענטש מיט א מח אין קאפ.

איך קום נישט פרעדיגען א פרומקייט, נאר א מענטשליכקייט. און איך בין גארנישט בעסער. ווען מ'לייגט מיר אין פראנט פון א סקרין מיט גארנישט צו טוהן און קיינער וועט מיר נישט כאפען, וואלט איך אויך שטארק געוואלט זיך ווייקען אין א נערישע מעשה דמיון מיט פראפעסיאנעלע אקטארס און א שעפערישע אויספיהר. אבער מענטשליך איז עס נאכאלס נישט.