ווער איז געווען דזשימי האפפא...?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19748
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24846 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15057 מאל
קאנטאקט:

ווער איז געווען דזשימי האפפא...?

שליחה דורך berlbalaguleh »

דזשעימס רידדל האפפא איז געבוירן צו זיינע עלטערן אין די שטאט בראזיל, אינדיאנא (יו.עס.עי.). זיין טאטע האט געשטאמט פון די פענסילוועניע דאטש (אמיש). כאטש זיין נאמען קלינגט איטאליעניש, האט ער נישט געשטאמט פון איטאליע.

ווען ער איז געווען 7 יאר אלט איז זיין טאטע געשטארבן. נאכדעים האט זייער מאמע מיט די קינדער אריבערגעמופט קיין דעטרויט, מישיגען. ביי די פערצן יאר איז ער געגאנגען ארבעטן. אין א סופערמארקעט פון א גרויסע גראסערי טשעין. אלע ארבעטערס וועלכע זענען געווען אנגעשטעלט אין יענעם געשעפט האבן פארדינט זייער ווייניג. זיי זענען אויך געווען אומצופרידן מיט די שעות וואס זיי האבן געארבעט. דער יונגער דזשימי האט זיך אפגעשמועסט מיט אלע ארבעטערס פון יענעם געשעפט און זיי זענען ארויסגעגאנגען אין סטרייק. דער מענעדזשער און בעה"ב האבן נישט געהאט קיין ברירה און זיי האבן נאכגעגעבן זייערע פארלאנגען. צו ארבעטן ווייניגער שעות. און פארדינען מער געלט. זעענדיג זייער הצלחה, האבן די אנדערע ארבעטערס פון די זעלבע גראסערי טשעין זיך אויך ארגאניזירט און געשאפן א יוניאן.

שפעטער איז דער יונגער דזשימי (ביי די אכצן יאר) געגאנגען ארבעטן ביי די פיערס. דארט וואו די שיפן קומען אן. און מ'לאדנט אפ זייער סחורה. און ס'ווערט אריינגעלייגט אין גרויסע וועירהאוזעס. די בעלי בתים פון די וועירהאוזעס זענען גרויסע עשירים. ווייל זיי רעכענען זייער א סאך געלט צו האלטן די סחורה ביז מ'קומט עס אפנעמען.

דער זעלבער מצב איז געווען דארט. די ארבעטערס האבן געארבעט לאנגע שעות. און פארדינט זייער ווייניג. ווען די ארבעטארערס זענען געגאנגען רעדן צו די בעלי בתים האבן זיי זיך נישט וויסנדיג געמאכט פון זייער פארלאנג.

איין טאג האט דער 18 יעריגער בחור דזשימי זיך אפגעשמועסט מיט אלע אנדערע ארבעטארערס אז מ'גייט נישט אריינלייגן די סחורה אין די וועירהאוסעס ביז ער (דזשימי) וועט זיי זאגן. ווען די אייגנטומערס פון די מאגאזינען האבן געזעהן אז די גאנצע סחורה איז געבליבן אינדרויסן האבן זיי געפרעגט פון די ארבייטערס פארוואס זיי נעמען נישט אריין די סחורה. האבן די ארבייטערס געזאגט אז מ'דארף פארהאנדלען איבער דעם געלט און שעות וואס זיי ארבעטן. די בעה"ב האבן זיי צוגעזאגט אז נאכדעים וואס זיי וועלן אריינלייגן די סחורה וועט מען פארהאנדלען. אבער דער יונגער דזשימי האטציך אנגערופן אז קיין איין שטיקל סחורה גייט נישט אריין ביז מ'פארהאנדלט. די אייגנטומערס האבן נישט געהאט קיין ברירה. און זיי האבן פארהאנדלט און נאכגעגעבן אלע זייערע פארלאנגען...!

המשך יבוא, אי"ה...!

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר