די נאכט איז קאלט און טונקל

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8969 מאל

די נאכט איז קאלט און טונקל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

די נאכט איז קאלט און טונקל. די ווינטן לאזן נאך זיך מאיומ'דיגע קולות. די ביימער ווארפן טונקעלע שאטענס אויף די ביסל ליכטיגקייט וואס קומען פון די גאס לאמפן. לויף איך א בארוועסע אויף די שטיינערנע גאסן מיט א צוריסן זאק אויף מיין ארים אויסגעדארט גוף. וואו לויף איך? איך ווייס נישט דערווייל, אבער איך לויף פון עפעס א בייזע רוח וואס וויל מיין זעקל ביינער פאר א מיד-נאכט סעודה אויפעסן. מיינע אויגן לאזן טרערן וואס ווערן פאראייזט ביפאר זיי דעגרייכן די עק פון מיינע באקן, זיי ווילן עפעס נישט ווארימען די רויטע פארפרוירענע בעקלעך פון זייער בעל הבית. זיי ווערן פארכאפט פונקט ווי מיין נשמה און א פארלוירענע קאלטקייט פונעם טייוול. א שטילע געוויין יאווערט זיך ארויס צוווישן מיינע פארפרוינערע ציטער'דיגע ליפן. די וויינעריי איז אזוי פארלוירן און ליידיג אז זיי גרייכן אפילו נישט א שטיינערנעם וואנט פאר א ווידערקול נאר זיי ווערן פארלוירן אין די רושיגע ווינטן.

דריי איך זיך פון איין געסל צום צווייטן און איך זיך א שטיקל ווארעם פלאץ די נשמה צו פארפעלצן, אבער די הייזער פון שטיין, זייערע טויערן פון אייזן און זייערע שווערע פענסטער פון גלאז קוקן צוריק אויף מיר מיט א ליידיגע קאלטקייט. זיי וועלן מיר נישט אריינלאזן אין זייער ווארימע שוץ. זיי זענען דא צו דינען זייערע הערן וואס האבן זיך און זיי פארפאנצערט פון די קעלט און פון די פארלוירענע פארוואונדעטע נשמות ווי מיינע. זיי זוכן נישט מיט מיר א פארקער ווייל איך בין א קליינע דארע רוח וואס באלאנגט דארט אינעם טייוול'ס שאטן.

אוי, אוי, אויאויאוי, נעם איך די קוראזש אויסצופלאצן אין א הילכיגען געוויין. די שווארצקייט האט ענדליך א קול באקומען. איך לייג מיך אויף די קאלטע שטיין אינמיטן גאס און לאז ארויס די צער און פיין פון א הארץ וואס האט אזוי סאך צו דערציילן-אבער נישט דא פארוועם. די געוויין גייט פון הארץ גראד צוריק צום שורש דורך די אויערן. נישטא ווער עס זאל מיטשפירן אדער מיטקלאגן מיט דעם פארלוירענעם נפש.

וואס איז אזוי ביטער וועט איר פרעגן ווען איר ליינט אט די צוואה ווערטער? אלזא הערט, די ביטער איז נישט א תוצאה, די ביטער איז א מציאות אזוי ווי אייער לופט-אטעם. די ביטער איז א מציאות אן קיין ווערטער, און א מציאות אן א סיבה, ער איז.

אט דארט זעעט זיך אן די עקן פון א פרי מארגן. ס'איז צייט פאר מיין אומבאליבט, פארלוירן, שווארץ, מאגער און דאר מענטשעלע צוריק צו קריכן אין מיין הייל פאר'ן טאג. אויב ווילט איר כאפן א שמועס דאן זוכט פאר מיר מארגן נאכט אויף די טונקעלע קאלטע גאסן, אפשר וועט א שמועס זיך מאכן און מיר וועלן זיך מחזק זיין איינער דעם צווייטן אנגעשפארט אויף איינע פון די שטיינערנע קאלטע פארמאכטע הייזער.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר