התנצלות של בערל בעל עגלה (ה'14)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19571
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24498 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

התנצלות של בערל בעל עגלה (ה'14)

שליחה דורך berlbalaguleh »

ס'איז פארהאן צווייערליי פארמען פון התנצלות. אמאל איז פארהאן אן התנצלות וואס א מענטש האט אפשר א גילטי קאנשענס. א שולד געפיהל. און ער וויל זיך קלארשטעללן פאר די וועלט. אדער פאר זיין אייגענעם נפש. כדי ער זאלל קענען רואיג שלאפן ביינאכט. א שטייגער ווי מיין רבי אין פאליטיק הרב ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו. נאכדעים וואס ער האט אנגעפיהרט די וועלטס מלחמה אקעיגן חב"ד און זייער רבי. מיט ר' גרשון יעקובסאן אינדערמיט. (אויסער די אנדערע הייליגע מערכות בקודש, ווי מיט קלויזנבורג און בעלז. מערכות לשם שמיים.) האט ער ארויסגעגעבן א ..."קונטרס התנצלות והבהרה"...ס'הייסט לאמור. אזוי צו זאגן. איך בין דאך פאררעכנט אלס א פיינער מענטש. א דיפלאמאט, א נעים הליכות. מיט נאך א האלבן טוץ זעלבסט ווירדיגע טיטלען. נו, אויב אזוי , ווי קומט צו מיר זיך אראפלאזן אין גאדדער און פיהרן אזא שמוציגע מערכה...?! נאר וואדען...?! לויט מיין קונטרס הבהרה קומט דאך אויס אז יענער האט אנגעהויבן. און איך האב צוערשט נישט צוריקגעענטפערט. נאר יענער האט מיך ממש געצוינגען איך זאלל איהם אפענטפערן. און דאמאלס האביך איהם שוין געגעבן מנה אחת אפיים...! אבער בעצם ביניך גערעכט. און איך פארבלייב נאכאלץ דער זעלבער פיינער מענטש..!

נאכדעים איז פארהאן אן אנדערע מין התנצלות. אשטייגער ווי א ..."התנצלות המחבר"... וואס א מחבר פון א ספר שרייבט נאך די הקדמה. וואו ער טוט ערקלערן וואס ער וויל דא ארויסברענגען און וואס ס'דריקט איהם. אוואו דער שיך קוועטשט. און וואס זיין בויכווייטאג איז. אט אזא התנצלות איז מיין התנצלות. איך בין ב"ה קיינעם גארנישט שולדיג. חוץ אין גראסערי און ביי קאן עדיסאן, פארשטייצעך. אבער. מיום עמדי על דעתי דא אין קאווע שטיבל, האביך באמערקט אז מיינע מאמרים און תגובות בלייבן עפעס הענגען ווי אין דער לופט. ווי גלייך תפילות וואס ווערן ח"ו נישט נתקבל. ס'קומט נישט אן צו די עולמות עליונים. לעומת זה, איז דא געוויסע מחברים און הוגי דיעות, (אשר ישנם איתנו פה היום. ואת אשר כבר אינם איתנו בין החיים ב'קאווע שטיבל, ה' יאריך ימיו ושנותיו בטוב ובנעימות.) וואס א יעדער קרעכץ זייערער. און א יעדער שטות רופט ארויס גרויס אינטערעס. און א סאך רעאקציעס בבחינת א שקלא וטריא. א דעבאטע. פארשטייצעך באגלייט מיט א סאך לייקס. (שוין ווידער איז ער מקנא א צווייטן. ר'איז נישט קיין שמח בחלקו.). משא"כ מיינע תגובות און מאמרים געבן מיר דעם געפיהל אז איך רעד צו די ווענט. איך קען ברענגען א סאך ראיות. אבער א זאך וואס איז מפורסם ואין צריך לראיה דארף מען נישט.

דאך וועל איך ברענגען עטליכע משלים. איך האב לעצטנס אנגעהויבן שרייבן און אויפגעמאכט א פאר אשכולות. לכאורה גאנץ אינטרעסאנטע און באלערנדע עניינים. די רעאקציע צו די אלע אשכולות איז געווען אין בעסטן פאל א פארעווע. א קאלטע. סיי אין לייקס. און סיי אין פרעגן שאלות ותשובות. און האבן א..שטיקל שקלא וטריא. נאכאמאל. איך וויל נישט אז דער עולם (דער וואס הערט אויס) זאלל ח"ו האבן א טעות אז איך בין א כפוי טובה. ניין. איך בין מכיר טובה און אפרישיעיט א יעדע איינציגע תגובה אדער שאלה. און א יעדן לייק. ס'איז ביי מיר זייער שטארק חשוב. און איך באדאנק א יעדן פאר זיין טירחא. אהה. יעצט דערמאנט. אויף להרע, איז מען יא דא. איינער א געוויסער זייער א חשוב'ער ניק שליט"א, וועלכער האט א שטיקל אגענדא און א סענסיטיוויטעט. אן עמפינדליכקייט צו געוויסע עניינים ואס איך שרייב. סתם אזוי הערט מען כמעט נישט פון איהם. אבער ער האט מיר לעצטנס אראפגעשלעפט א תגובה וואס איך האב געשריבן. טאקע א ביסל שארף. בענייני הפוחזים וריקים אשר בשם נטורי קרתא יקראו. ווען זיי האבן געמאכט א רקידה'לע און געזונגען ניגונים און געגעבן תיקון און לחיים ווען הרהגה"צ ר' אהרון לייב שטיינמאן זצ"ל איז נפטר געווארן. ווען איך האב אריינגעבליקט אין יענעם אשכול מיט א אפאר מינוט שפעטער איז מיין תגובה שוין מער נישט דארט געווען. מילא. יענער האט דעם מעקער אין די הענט. מעק געזונטערהייט. איך קען ממילא נישט פיהרן מיט איהם א מלחמה. גוט. אבער זיי א מענטש. לאז איבער דיין חתימה. און שרייב צו...יא. איך האב עס געמעקט ווייל ס'געפעלט מיר נישט וואס דו שרייבסט. ס'איז נישט עולה בקנה אחד מיט מיין פערזענליכע אגענדא. פארשטיי איך. ער האט דאס אבער נישט געטון. נאר סתם אזוי געמעקט. און געגאנגען ווייטער. די זעלבע זאך איז געוען מיט די אלטע אשכולות וואס איך האב אויפגעמאכט. איך האב בעצם גערעדט צו די ווענט. ביז זיי זענען צוביסלעך נשתקע געווארן. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם...!

אשר על כן שטיי איך יעצט אויף א פרשת דרכים. (נישט ח"ו אויף דעים פרשת דרכים פון וואס רש"י הק' רעדט אין פ' כי תצא ביין דעם בן סורר ומורה.) מיין שאלה/ התלבטות (א דעבאטע וואס איך האב ביני לבין עצמי) איז. צי זאלל איך ווייטער ממשיך זיין און ריסוירטשן ארטיקלען און סאבדזשעקטס כדי צו קענען ווייטער שרייבן איבער באלערנדע און אינטערסאנטע עניינים. אדער זאלל איך נעמען א שטיקל לענגערע וואקאציע פון שרייבן אויף קאווע שטיבל. ווייל סוכ"ס, ווען איך מאך אויף אן אשכול. און איך שרייב איבער א געוויסע נושא, האביך עס גוט אדורכגעליינט און געטון די נויטיגע ריסוירטש. כדי ס'זאלל נישט זיין גערעדט אין די וועלט אריין. דאס איז מיין שאלה. צי ס'לוינט זיך אוועקצוגעבן אזויפיהל צייט און מיה וואס איז ממילא ארויסגעווארפן.

אדרבה. דער עולם קען מיר דא א ביסל צו העלפן פותר זיין די איבעיא...המצפה לישועת ה' בקרוב. הק' בערל בעל עגלה (דער 14'טער.)

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר