ברוך מתיר אסורים!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
העניך
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 941
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 1242 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4534 מאל

ברוך מתיר אסורים!

שליחה דורך העניך »

א שטראם פון פרייד האט איינגענומען די חרדישע וועלט מיט דער בשורה אז פרעזידענט טראמפ האט קאמוטירט דעם תפיסה-טערמין פון שלום מרדכי רובאשקין. עס איז נישט איבערגעטריבן צו רופן די גרויסע נייעס א "נס חנוכה" קומענדיג אין די סאמע לעצטע סעקונדעס פון דעם גרויסן יום טוב.

געקומען איז עס טאקע חנוכה, אבער ס'איז א פורים-סטיל נס. ווי ספרים שרייבן איז דער נס פון פורים געווען ווי זאכן ארום דער וועלט זענען געדרייט געווארן בדרך הטבע, אזש ביז צום קעניגליכן פאלאץ, וואס האט אלץ צוגעפירט אז צום סוף האט מען געקענט צוקומען צו דעם נס פורים. און גענוי אזוי האט זיך אפגעשפילט אין אונזער אמעריקע. עס איז קלאר אז אויב הילערי קלינטאן וואלט געוואונען די פרעזידענטשאפט וואלט זי נישט באפרייט רובאשקין – זיכער נישט אזוי שנעל. קודם כל ווייל טראמפ האט עפעס וואס זי האט נישט, די חרדישע שטימע און זיין איידעם קושנער וועלכער איז נאנט צו חב"ד. קלינטאן וואלט געהאט נאך א סיבה נישט צו פארדאנירן ווייל זי האט שוין געליטן נאכדעם וואס איר מאן האט באפרייט עטליכע סקווערער קרימינאלן, און איך גלייב נישט אז זי וואלט יעצט געוואלט נאכאמאל ריזיקירן מיט דער זעלבער געמיינדע.

און וויאזוי האט טראמפ געוואונען די וואלן? אויב זאל איינער שרייבן א "מגילת רובאשקין" וואס וועט זיך ענדיגן מיט זאת חנוכה תשע"ח, וועט זיך די מעשה אנהייבן מיט טראמפ'ס ושתי-מעשיות. די רוסן וואס האט פארדרייט די אמעריקאנער א קאפ מיט פעיק-ניוז, אנטאני ווינער וועלכער האט גע'חזיר'ט אנליין און געשיקט הילערי קלינטאנ'ס גבאי'טע'ס קאמפיוטער צו דער עף-בי-איי, קלינטאנ'ס טעותים אין איר קאמפיין, דזשאן פאדעסטא'ס קליק אויף א רוסישן "פישינג" לינק, וויקי-ליעקס, און נאך פילצאליגע פרטימ'לעך וואס האבן אלע צוגעברענגען אז טראמפ זאל געוואונען דעם ווייסן הויז, און זיין איידעם פון די מאכטפולסטע אידן אין דער וועלט.

און די אלע פאקטן זענען צו פארדאנקען אויף דעם אז שלום מרדכי רובאשקין איז היינט ארויס אויף דער פריי.

איז דאס דען נישט קיין נס?

שלום מרדכי רובאשקין איז א קרבן פון אונזער קראנקען יוסטיץ-סיסטעם, און דער מענטש באלאנגט אויף דער פריי. ער איז ארעסטירט געווארן דורך דער בוש אדמיניסטראציע, און פאראורטיילט געווארן דורך א קאנסערוואטיווער ריכטערין. בעת מיר פרייען זיך מיט דעם גרויסן נס וואס האט פאסירט צו אונזער ברודער, דארפן מיר געדענקען אז אונזער א.ג. "מלכות של חסד" האט זיך נישט געטוישט צום גוטן היינט נאכט. פרעזידענט טראמפ און אטוירני דזשענעראל סעשאנס גלייבן ווייטער אין איינזעצן מענטשן פאר לאנגע טערמינען.

אפילו פאר רובאשקין האט ער נישט מוחל געווען, אפנים זיצן 8 יאר אין תפיסה איז אין טראמפ'ס אויגן א ריכטיגער שטראף פאר די סארט קרימינאליטעטן וועלכע רובאשקין איז באגאנגען.

מיר דארפן געבן א יישר כוח פאר טראמפ פאר'ן באפרייען אונזער ברודער, אבער מיר טארן נישט פארגעסן אז רובאשקינ'ס אורטייל איז בלויז געווען א סימפטאם פון דער מחלה – דער קענסער פון אונזער יוסטיץ-סיסטעם גייט ווייטער אן מיט דער פולער שטארקקייט, און מיט דער יעצטיגער קאנסערוואטיווער אדמיניסטראציע קוקט נישט אויס ווי ס'וועט קומען א ישועה.

לאמיר האפן אויף א נס חנוכה וואס וועט אריינשיינען חכמה און רחמנות אין די אויגן פון אונזערע רעגירונג באאמטע, און ס'וועט קומען יוסטיץ רעפארם אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר