דער "גוטער מענטש; שלעכטער מענטש" פאלאסי (רובאשקין שמחה)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

דער "גוטער מענטש; שלעכטער מענטש" פאלאסי (רובאשקין שמחה)

הודעהדורך העניך » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 4:10 pm

"זעסט? טראמפ איז א פיינער מענטש!"

"רובאשקין איז אן אומשולדיגער איד א צדיק וועלכער איז געזעסן אין תפיסה על לא עול בכפו!"

אינטערעסאנט אז עס זענען געווענליך די זעלבע מענטשן וואס באגייען די פאלאסי (fallacy) סיי אויף טראמפ און סיי אויף רובאשקין, און מסתמא אויף נאך א סך אנדערע פעלער, און מסתמא נאך א סך אנדערע לאגישע פאלאסיס אין א סך אנדערע פעלער.

איך גלייב נישט אז עס איז דא אין דער וועלט אפילו איין מענטש וואס איז א פולקאמער צדיק אדער א פולקאמער רשע. יעדער צדיק האט געוויסע שלעכטע שטריכן, און יעדער רשע האט געוויסע גוטע שטריכן. דער פאקט אז דער צדיק באגייט אמאל אן עוולה פרעגט נישט אפ זיין צדקות, און דער פאקט אז א רשע טוט אמאל א חסד פרעגט נישט אפ זיין רשעות.

דאנאלד טראמפ האט געטון א גאר גוטע טאט מיט'ן באפרייען שלום מרדכי רובאשקין פון תפיסה. עס איז יושר און ריכטיג. און איך וועל נישט זיין קיין ציניקער און זיך נעמען מאכן חשבונות פארוואס טראמפ האט עס געטון. א מעשה חסד מעג מען אנקוקן פאר וואס עס איז. טראץ מיין שארפער התנגדות צו טראמפ האב איך אייביג אנערקענט אז ער קען טון א חסד. און אט איז נאך א ביישפיל פון א מעשה חסד וואס ער האט געטון.

אבער די טראמפ-שטיצער זעען דאס ווי א באשטעטיגונג אויף דעם מענטש, ווי כאילו די דאזיגע מעשה חסד ווייזט איבער אז טראמפ איז נישט קיין וואנזיניגער און שלעכטער פארשוין. ער איז.

און דאס זעלבע מיט רובאשקין. אין מיינע אויגן איז שלום מרדכי רובאשקין א פיינער מענטש. א טאטע פון צען קינדער, א בעל חסד, א מענטש וואס האט נישט פארלוירן זיין מאראל נאכ'ן זיצן אכט יאר אין תפיסה. מאנכע זאגן אז ער איז געווען א איד א צדיק אפילו נאך ווען ער איז געווען א מוצלח'דיגער ביזנעסמאן -- אבער מיט דעם וועל איך מוזן גלייבן אויפ'ן ווארט. דאס אז ער איז באגאנגען אן עולה כלפי דעם געזעץ און כלפי שמיא מאכט אים נישט פאר א שלעכטער מענטש, און אוודאי נישט פאר קיין רשע. אבער מאנכע שפירן אז אויב רעדט מען וועגן אים מיט ניואנס, דאס הייסט מ'אנערקענט זיינע פעלערן, איז עס כאילו א בארעכטיגונג אויף דעם רשעות'דיגן איבערגעטריבענעם אורטייל. טעות.

רובאשקין האט זיך נישט שיין אויפגעפירט צו זיינע ארבעטער, ער איז באגאנגען עוולות קעגן דעם געזעץ, צו זיין ביטערן מזל האט מען אים געכאפט און עס וואלט אים עפ"י יושר געקומען א געוויסן שטראף. דאס פרעגט אים אבער נישט אפ. יעדער מאכט טעותים, און א מענטש טאר מען נישט אפשאצן לויט די פאר נעגאטיווע קלייניגקייטן. רובאשקין בלייבט א פיינער מענטש, א מענטש וואס אונזער יוסטיץ סיסטעם האט שטארק בא'עול'ט, און מ'דארף זיך פרייען מיט זיין ישועה.

יישר כוח, מר. פרעזידענט; און ברוך מתיר אסורים, ר' שלום מרדכי.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1674 מאל

הודעהדורך שלמה המלך » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 4:36 pm

א לייק אייך ר' העניך!
הגם איך בין א קנאפער לייקער אבער פארט האט דיין ארטקל פארדינט איין'ס אבער א גיטס!
זייער שיין, און אויפריכטיג!
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 748
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 5:00 pm

נאכן לייקן אויף דיין עצם ארטיקל, דארף איך קלארשטעלן פון ווי דו נעמסט אז רובאשקין האט נישט שיין באהאנדעלט זיינע ארבעטער?

דאס אז ער האט עובר געווען אויפן געזעץ איז פאר זיך נישט קיין 'עבירה' דהיינו ס'מאכט אים נישט קיין 'שלעכטע' מענטש, ביי מיר ווערט נישט א מענטש אפגעשאצט לויט זיין אויספאלגן דאס געזעץ, ער ווערט אבער יא נידון לויט ווי אזוי ער באהאנדעלט אנדערע.



פון די ניו יארק פאוסט
Rubashkin lied about collateral when he took out a $35 million loan for his Agriprocessors meat-packing operation in Iowa, causing the bank to lose $26 million when he declared bankruptcy after federal investigators raided the plant and found more than 350 illegal Guatemalans working there, according to a New York Times report.

ווען א אומוואוסענדער ליינט דאס, מיינט ער אז רובאשקין האט שאדן געמאכן פאר די באנק 26 מיליאן דאלער, נאר די שטראף וואס מ'האט אים געגעבן איז געווען צו גרויס לפי ערך די עוולה.

ווען מ'קוקט אריין אין די קעיס זעהט מען

1) די רעגירונג האט פארמאכט די פלענט אזוי ארום האט ער געמוזט דיפאולטן אויף די לאון. במילא אפי' ווען יעדע ווארט אויף די לאון אפליקאציע זאל ווען זיין אמת וואלט די באנק במילא פארלוירן דאס געלט.

2) די רעגירונג האט זיכער געמאכט אז די נומערן וואס די פאראינטערסירטע קונים שלאגן פאר זאל זיין פיהל ווייניגער ווי די אמתע ווערט, אזוי ארום האט די 'רעגינרונג'! נישט רובאשקין, דירעקטלי באגנב'ט די באנק מיט מיליאנען. איז דא איינער וואס איז געגאנגען זיצן דערפאר?


דאס וואס די צייטונגען שרייבן אז ס'איז געווען א 'צו הארבע' שטראף לויט די עוולה וואס מ'איז באגאנגען, וואלט געפאסט אויף סאמעט, אדער וועבערמאן, נישט אויף רובאשקין. אין די רובאשקין קעיס, האט די 'רעגירונג' באגנב'ט די באנק, און געשיקט א 90-פראצענט אומשולדיגן איד זיצן דערפאר.
יעקב מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 881
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 795 מאל

Re: דער "גוטער מענטש; שלעכטער מענטש" פאלאסי (רובאשקין שמחה)

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 5:46 pm

בריך מתייך לשלם, העניך. גוט צו ליינען נאכאמאל פון דיין פעדער.

ביסט מנתח אן ענין כהוגן, בהשכל ודעת.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7411
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2663 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7003 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 6:12 pm

נעה, ר' העניך האט געטראפען א וועג צו זיין אביסל נעגאטיוו אויף רובאשקין, נישט נויטיג בכלל.

פארוואס איז זיין זיצען געווארן א נחלת הכלל? ער איז נישט געזעצען אויף עבירות פין העלפען דער ציבור?

מאי שנא סאמעט וואס וואלט נישט געהאט די אלע ריקודים?

לייביש ליש האט נישט אן ארעסטאנט יעצט צו שרייבען.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1180
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 642 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 7:29 pm

@העניך ווען די גאנצע פראבלעם וואלט געווען אז רובאשקין האט מען פונקט געכאפט וואלט גוט געווען. למעשה איז עס געווען א סטראטעגישע אויסגערעכנטע אקציע פון די רעגירונג איהם אונטערצוברענגן און אזויווי @יעקב מענטש האט שוין געשריבן איז די רעגירונג מער שולדיג אין זיינע לעגאלע פארלעצונגען ווי איהם. די מער די צייט רוקט זיך, די מער באווייזן גיסן זיך צוביסלעך אויס וואס ווייזט מער און מער וואספארא עוולות די רעגירונג איז דא באגאנגען.

נ.ב. די אמת'ע סיבה פארוואס די רעגירונג איז געווען אזוי אויסן איהם אראפ צו ברענגען ווייס איך נישט, מעגליך אז ס'געווען ריין אנטיסעמיטיזם? מעגליך עפעס וואס די עולם ווייסט נישט?
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1508
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1442 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 785 מאל

הודעהדורך העניך » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 9:37 pm

דאס איז אמת. אבער רובאשקין האט אויך געטון מעשים אשר לא יעשו. ניין, נישט עק וועלט, ניין, ער דארף נישט דעפינירט ווערן דורך די מעשים, ניין, ער האט נישט געדארפט באקומען א גרויסן שטראף פאר זיי, אבער דאך. און מיין פוינט איז נישט אז מ'דארף פאוקוסן אויף נעגאטיוו, נאר אז ס'פעלט נישט אויס צו "ווייטוואשן" כדי צו מאכן רובאשקין פאר א וואוילער איד. מ'מעג זאגן דעם אמת, און ווייטער האלטן אז רובאשקין איז א וואוילער איד.
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1674 מאל

Re: דער

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 11:01 pm

למעשה מאכט מען נאכאמאל העניך׳ס פאוינט. די תשובה צו זיין פאוינט איז אז דער רעגירונג טויג נישט. וואס האט עס אהער? זיי האבען געטוהן זייערס און ער האט געטוהן זיינס, און איינער טוישט נישט די אנדערע.

מ׳פלעגט זאגען א ווערטעל אויף חד גדיא, אז עס קומט אויס אז דער אויבישטער איז נישט גערעכט, ווייל דער מלאך המות איז דאך גערעכט, ווייל דער שוחט איז נישט גערעכט, וכו׳ וד"ל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום פרייטאג דעצעמבער 22, 2017 12:36 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7411
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2663 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7003 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 11:49 pm

רבותיי: איך וועלל נישט ציטירן העניך'ס פתיחת האשכול. סיי וועגן אריכות. און סיי וועגן די אומוויכטיגע זייטיגע מסקנות צו וואס ער קומט.

איך ווילל מיך אבער שטעללן אויף איין צענטראלע נקודה וואס העניך פרובירט דא צו מאכן. אז ר' שלום מרדכי רובאשקין איז יא באגאנגען אן עוולה לגבי די היספאנישע אימיגראנטן ארבעטער אין דעם אגרי פראסעססארס פלענט. דאס איז אן אבסאלוטער טעות, אדער גאר אפענער שקר וואס די מענטשן וועלכע האבן אן אגענדא טוען ארויסהייבן. ר' שלום מרדכי פערזענליך איז געמשפ'ט געווארן אויף די קלאגע פון באוואוסטזיניג פראדוצירן פאלשע פאפירן פאר די אימיגראנטן ארבייטערס. און ער איז 100% ריינגעוואשן געווארן דורך א דזשורי. אבער די אלע יחידים און גרופס ועלכע האבן אן אגענדא טוען דאס פארהוילן. און דערמאנען דאס קיינמאל נישט.

די צווייטע נקודה וואס איך וויל ארויסברענגען איז, אז די ארבעט אין א מיעט פראסעססינג פלענט איז נישט קיין לייכטע. ס'איז א פיזיש שווערע ארבעט. און נישט א יעדער איינער איז מסוגל דערצו. ס'אז אינגאנצן אנדערש פון זיצן ביי א קאמפיוטער און דריקן קנעפלעך. און די אלע ארבייטערס וועלכע האבן דארט געארבעט זענען געווען גרייט און ביכולת אדורכצופיהרן די ארבעט...! אויך דאס געלט וואס זיי האבן פארדינט איז געווען גאנץ בעל הבת'יש לויט די סטאנדארטן פון די אומגעגנט. א ראיה צו דעם איז אז אלע היספאנישע-אימיגראנטן געשעפטן זענען געווען איבערגעפולט ביז ווען די פעדעראלע אימיגרעישן פאליציי האבן אדורכגעפיהרט דעם רעיד מיט גרויס אכזרויות און סאדיזם. אזוי ווי מ'קען זעהן און הערן אויף די פילע קליפס פון אינטערוויוס מיט די אימיגראנטן...!

לסיכום: ס'איז טאקע פארגעקומען אימיגראנט דאקומענטן פראוד אין דעם פלענט. אבער ר' שלום מרדכי האט גארנישט געוואוסט פון דעם און איז נישט געווען פאראנטווארטליך פאר דעם...!

דער רעיד אויף דעם אגרי-פראסעססארס' פלענט איז אדורכגעפיהרט געווארן מיט גרויס אכזריות דורך די פעדעראלע אימיגרעישן באאמטע. זיי האבן צוריסן משפחות. אפגעריסן מענער פון זייערע ווייבער. און קליינע קינדער פון זייערע עלטערן. כמעט אזוי ווי ביי די קאמוניסטן אדער נאציס,ח"ו. או.קעי. קיין איינער פון די אימיגראנטן איז נישט געווען איינגעשטעלט מיט זיין לעבן. אבער דאס קאלטבלוטיגע אויפפיהרונג און אכזריות מיט וואס דאס איז באגלייט געווארן פאסט אינגאנצן נישט פאר אזא מלכות של חסד ווי אמעריקע...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11970
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7637 מאל

הודעהדורך ברוך שפינוזה » פרייטאג דעצעמבער 22, 2017 1:51 am

העניך האט געשריבן:"זעסט? טראמפ איז א פיינער מענטש!"

און דאס זעלבע מיט רובאשקין. אין מיינע אויגן איז שלום מרדכי רובאשקין א פיינער מענטש. א טאטע פון צען קינדער, א בעל חסד, א מענטש וואס האט נישט פארלוירן זיין מאראל נאכ'ן זיצן אכט יאר אין תפיסה. מאנכע זאגן אז ער איז געווען א איד א צדיק אפילו נאך ווען ער איז געווען א מוצלח'דיגער ביזנעסמאן -- אבער מיט דעם וועל איך מוזן גלייבן אויפ'ן ווארט. דאס אז ער איז באגאנגען אן עולה כלפי דעם געזעץ און כלפי שמיא מאכט אים נישט פאר א שלעכטער מענטש, און אוודאי נישט פאר קיין רשע. אבער מאנכע שפירן אז אויב רעדט מען וועגן אים מיט ניואנס, דאס הייסט מ'אנערקענט זיינע פעלערן, איז עס כאילו א בארעכטיגונג אויף דעם רשעות'דיגן איבערגעטריבענעם אורטייל. טעות.

רובאשקין האט זיך נישט שיין אויפגעפירט צו זיינע ארבעטער, ער איז באגאנגען עוולות קעגן דעם געזעץ, צו זיין ביטערן מזל האט מען אים געכאפט און עס וואלט אים עפ"י יושר געקומען א געוויסן שטראף. דאס פרעגט אים אבער נישט אפ. יעדער מאכט טעותים, און א מענטש טאר מען נישט אפשאצן לויט די פאר נעגאטיווע קלייניגקייטן. רובאשקין בלייבט א פיינער מענטש, א מענטש וואס אונזער יוסטיץ סיסטעם האט שטארק בא'עול'ט, און מ'דארף זיך פרייען מיט זיין ישועה.

יישר כוח, מר. פרעזידענט; און ברוך מתיר אסורים, ר' שלום מרדכי.

זאג נאר, דו האסט נאך קיינמאל נישט געפעסט א רויטע לייט? האסט נאך קיינמאל נישט געמאכט קיין jaywalking?
פאלגן די געזעץ האט גארנישט צוטון מיט זיין א גוטע מענטש, ס'האט ענדערש צוטון מיט זיין א וואוילע מענטש, און די צוויי זאכן האבן נישט קיין שייכות איינס מיט'ן צווייטן.
איך גלייב באמונה שלימה אז משיח קומט היינט!
באניצער אוואטאר
ברוך שפינוזה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 1:38 pm
געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
האט שוין געלייקט: 202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 132 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט