מעשה בטישטוך אחד

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הודעהדורך כוכב » דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:03 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב זיך נישט געקענט קומען צו זיך פון די מעשה. עס האט מיר אזוי געמאכט לאכען.

איינער פון די סאמע וויכטיגע יסודות אין כאסידעס איז ׳סדר הבאסעס׳. ד.ה. אז ווען אימער עפעס פאסירט, זאל זיין באסעס, און נישט סתם באסעס, נאר א סדר הבאסעס, מיט עסקני הבאסעס, און נישט סתם עסקני הבאסעס, נאר געטרייע עסקני הבאסעס. און דאס טוט באדייטען א גאנצע סיסטעם, א גאנצע ווערטשאפט פון שלעפערס און ברענגערס, דרייווערס און שיך פוצערס, רענצעל טראגערס, בריללען ווישערס, קעיק סערווירערס, דערברודערסחסידים שטופערס וכו׳ וכו׳.

יעצט האבען די צוויי סדר הבאסעס געכאפט א קראך. זיי האבען זיך אריין געשטויסען איינער אין די צווייטער, און דער ׳פעיוואריט גרעיפ דזשוס באטעל׳ האט זיך אויסגעגאסען ווי הבדלה נאך א דערהויבענע שבת התוועדות פון נגידים. די רויטע לאקען פון דער באחנ׳טע טישטעך שלעפער האבען זיך אריין געקלאפט אין די שווארצע יוקאן פון דער האריגע רבינסברודער.

דאס איז א גולם הקם על יוצרו. ווען נישט פאר אזא אויסגעארבעטע סדר, וואלט דער אי סדר נישט פאסירט.

זינגט׳ס אלע צוזאמען, שיטה הקדושה, ויואל משה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk



ליטוואס געווענליך גלייך איך נישט דיין שנאה הקדושה קעגן חסידות, אבער דאס מאל האסטו מיך ממש דערווארגן פאר געלעכטער.
אוי איז דאס אן אייזערנע אבזערוואציע.
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2351
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4644 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6520 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » פרייטאג יאנואר 12, 2018 1:38 am

שמעקעדיג האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נישט די פרטים פון די מעשה זענען אינטרעסאנט, נאר די גאנצע צוזאם שטעל. אז דער רבי פון די אהרוינעם פארלאזט זיך שוין יארען אויף בחור׳לעך וואס זאלען שלעפען טישטעכער פאר איהם, און ער זאל קענען לייקענען אז ער האט א שייכות דערמיט. אז מ׳האט בחורים גרייט אומעטום על כך צרה שלא תבא. אז טישטעכער און פלעשליך וויין זענען אומער אוועילעבעל. אז מ׳דארף אנקומען צו א קאארדינעישען צווישען די יוקאן\קעדיללעק שאופער׳ס. אז עס איז א גאנצע סומאטוכע ווען איינער וויל זיך האלטען גוט מיט ביידע ברידערס. אז א מעלאנע פאר א נייעם זאל איז גאר די לעזונג פאר די פראבלעם.

מיינסט באמת אז די רבי'ס באפעלן זייערע בחורים וואס צו שלעפן איבעראל?

ניין, זיי באפעלן טאקע נישט. אבער ווען ער קומט צו א חתונה ווייסט ער גאנץ פיין אז זיין בענקל איז נישט אנגעקומען דארט פון זיך אליין און איך בין זיכער אז ער דערקענט זיין זילבערנע וויין פלאש און בעכער אויך. פארוואס זאגט ער נישט פאר זיינע גבאים אז מ'זאל אויפהערן מיט די משוגעתן. די שתיקה איז א הויכע הודאה אז ס'איז אים ניחא.
נ. ב. איך רעדט נישט נאר פון די ספעציפעשע מעשה. אסאך רבי'ס ליידן אויף די זעלבע מחלה
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2252
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2346 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 12, 2018 4:02 am

....
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11970
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7637 מאל

הודעהדורך העניך » פרייטאג יאנואר 12, 2018 11:22 am

שושן פורים האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:
signout האט געשריבן:*מעשה בטישטעך*

אייגנס?

נקוט כלל זה, ווען א מעסעדזש האט די שטערנדלעך מיינט עס איינס פון די דריי

א. עס קומט פון וואצאפ ווי כידוע א שטערנדל פון ביידע זייטן מאכט עס ארויסגעשטארצט (באל"ד בלע"ז)

ב. א פונק פייער איז דאן ארויסגעפלויגן פונעם מויל אדער פענע פונעם שרייבער.

ג. ביידע פון די אויבנדערמאנטע

ד. א שרייבער וואס וואקסט ארויס נאר פאר לעכערליכע פארטיידיגונגען פון זיין פארטיי און האט נאך קיינמאל נישט באשאפן עפעס קריעיטיוו דא, האט זיכער נישט געשריבן אזא זאך.
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 320
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1674 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט