וועקער נומער 11, ווינטער תשע"ח, איז דא!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

וועקער נומער 11, ווינטער תשע"ח, איז דא!

הודעהדורך ראובן » מוצ"ש יאנואר 13, 2018 9:02 pm

Veker 11 cover.jpg


דערווארימט אייך אין דעם ווינטער מיט דעם נייעם וועקער!

"וועקער" נומער 11 שטעלט פאר א צונויפשטעל פון ארטיקלען ווי קיינמאל בעפאר. אזא ריזיגע, הערליכע און גרונטליכע באשרייבונג אויף דעם לעצטן "גדול הדור" האט איר נישט נאר נישט געלייענט קיין ערגעץ אין דער אידישער שפראך, נאר אפילו נישט אין ענגליש אדער עברית. אויפ'ן וועקער שטייגער איז דער ארטיקל אויפריכטיג, קענדיד, און נישט געפילטערט מיט אגענדעס און אינטערעסן. צענדליגער רייכע בלעטער פון דעם ראש ישיבה'ס לעבנסגעשיכטע, באגלייט מיט הערליכע בילדער.

דער וועקער איז אן ערנסטער זשורנאל וואס ווייכט נישט אפ פון סענסיטיווע נושאים. אויסגאבעס וואס האבן מורא צו דרוקן סיי וואס וואס אפשר וועט איינער א קרום טון מיט דער נאז, האבן מיר גענוג. אויסגאבעס וואס זענען צוגעשטעלט אז אפילו אויב א 10 יעריג קינד פון דער עקסטרעמסטער משפחה לייענט עס זאל ער נישט געוואויר ווערן קיין שום חידושים זענען שוין דא לרחצה. דער וועקער איז דא צו דיעלן מיט רעאליטעט. מיר זענען אדאלטס, און מיר דארפן האבן א פלאטפארמע וואו צו רעדן און צו הערן זאכן וואס זענען וויכטיג פאר אונזער הוה און עתיד.

אז דריי פון אונזערע קינדער רעדן צו מיליאנען אויף נעטפליקס וועגן אונז און אונזער לעבן איז נישט די צייט צו זיין א בת היענה. מ'דארף הערן וואס זיי האבן צו זאגן -- נישט ווייל זיי זענען גערעכט, נאר ווייל קלוגע מענטשן ווייסן אז פון יעדן איז דא זיך אפצולערנען, און אוודאי איז דא צו הערן און לערנען פון מענטשן וואס מיר סטראגלען יעדן טאג אז אונזערע קינדער זאלן נישט אנקומען וואו זיי זענען אנגעקומען.

מיר נעמען נישט קיין שטעלונגען אויף די אינדיווידועלע געשיכטעס – מיר ווייסן זייער גוט אז עס זענען דא פארשידענע צדדים. אבער דעם בילד דארפן מיר זען, און די דעות דארפן מיר הערן. און דער וועקער האט פלאץ פאר יעדער דעה וואס ווערט געשריבן בטוב טעם ודעת.

אט איז אין פאריגן נומער ערשינען א הערליכן ארטיקל פון אביגדור אונגאר וואס האט מצדיק געווען הרב קוק פון די טענות פון זיינע קעגנער. אין יעצטיגן נומער האט איינער אריינגעשיקט א הערליך-געשריבענעם ארטיקל וואו ער באמיט זיך אויפצואווייזן אז די טענות קעגן הרב קוק זענען יא גערעכט געווען.

א ספעציעל באליבטער ארטיקל אין דעם יעצטיגן נומער איז דער אינטערוויו מיט דר. יואל ערנפעלד. א בארא פארקער יונגערמאן פון א סאטמאר-באבובער משפחה דערציילט זיין געשיכטע וויאזוי ער איז געווארן א דאקטאר אין קארנעל שפיטאל. פון זיין אינספיראציע נאך אלס קינד, זיינע באליבטע עלטערן, די שטיצע פון זיין ווייב, און זיין שווערער ארבעט. גאר רירנד און אינספירירנד.

אן ארטיקל וואס וועט אייך שטארק דערקוויקן איז יצחק לאווי'ס איבערזיכט אויף דעם מושג פון "ירידת הדורות". דאס איז א מושג וואס ווערט שטארק גענוצט איבעראל, און פאר מאנכע איז דאס א יסוד אין אידישקייט וואס דיקטירט דעם לעבן. הרב לאווי גייט דורך פארשידענע שיטות און דעם, און פרובירט צו פארשטיין לאגיש און תורה'דיג וואס דער מושג קען מיינען.

מיין צייט לויפט אויס, איז לאמיך נאר אנצייכענען חברי השטיבל וואס האבן אנטייל גענומען אין דעם יעצטיגן נומער: @פיקאסא, @הוגה, @לעיקוואד, @ליטוואק פון בודאפעסט, @מפוזרי, @שלום שטיסל, @בר-כוכבא, @רויטע וואנצעס, @ונבנתה העיר, @שושן פורים, @שלום בערגער, @וואלווי, @הבל וריק, @דער געוואגטער יונגעל, @ראובן און @יצחק וואלד.

לויף און קויף און זיי דיך מחיה!

אויך, פארגעס נישט צו דערציילן וועגן דעם וועקער צו דיינע גוטע פריינט -- זיי וועלן דיר דאנקבאר זיין.



קליקט דא צו קויפן דעם וועקער:
http://amzn.to/2DquiVT
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ראובן אום מוצ"ש יאנואר 13, 2018 11:45 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9263 מאל

הודעהדורך מוזיק עקספערט » מוצ"ש יאנואר 13, 2018 9:08 pm

קוקט אויס מורא'דיג, האפענטליך וועט עס שוין מארגן זיין אין די געשעפטן!
באניצער אוואטאר
מוזיק עקספערט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » מוצ"ש יאנואר 13, 2018 9:23 pm

קוקט אויס מעכטיג!
שכח @ראובן מיט אלע מיטהעלפער און שרייבער.

#אראפ_מיטן_עגל
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1958 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3802 מאל

הודעהדורך ראובן » מוצ"ש יאנואר 13, 2018 9:50 pm

אינהאלט
1.png


2.png
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9263 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מוצ"ש יאנואר 13, 2018 10:11 pm

איך וויל קיין עין הרע נישט לייגן, אבער דער וועקער זעהט אויס ווי געווענטליך, עפעס וואס איז אינהאלטספול, רייך, און ברייט מיט נושאים, איך קען קוים ווארטן עס צו ליינען, א דאנק פאר יעדן און צער אז מיין עבודה איז נישט פארטיג געווען באצייטנס,

א דאנק.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4864 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מוצ"ש יאנואר 13, 2018 10:11 pm

ווען גייט זיין אין די געשעפטן?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4864 מאל

הודעהדורך עמעזאן » מוצ"ש יאנואר 13, 2018 10:36 pm

וואס מען ווערט אלס געוואר אין די וועקער, נישט געוויסט אז יואלי ערענפעלד איז א דאקטאר געווארן.
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1810
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1020 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 13, 2018 10:39 pm

געוואלדיג האט געשריבן:איך וויל קיין עין הרע נישט לייגן, אבער דער וועקער זעהט אויס ווי געווענטליך, עפעס וואס איז אינהאלטספול, רייך, און ברייט מיט נושאים, איך קען קוים ווארטן עס צו ליינען, א דאנק פאר יעדן און צער אז מיין עבודה איז נישט פארטיג געווען באצייטנס,

א דאנק.

געוואלדיג: ייש"כ. גם אני בחלומי. איך בין מסכים מיט דיר מיט א יעדן ווארט...!...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12978
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8287 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מוצ"ש יאנואר 13, 2018 11:00 pm

קוקט אויס פעסטע סחורה.

מיין באליבטע קאלום "דכרניא" זעה איך איז ארויסגעפאלן ליידער, איך האב מורא צוליב שוואכע פידבעק. א שאד ס'נישט געווען קיין אשכול מיוחד דערויף (אדער אפשר האב איך עס פארזעהן?).
ס'אינטערסירט דא איינער בכלל? ניין ? או קעי ביי. (קרעדיט:@גראף)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2229
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1789 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1748 מאל

הודעהדורך ראובן » מוצ"ש יאנואר 13, 2018 11:21 pm

געוואלדיג האט געשריבן:ווען גייט זיין אין די געשעפטן?

ערגעץ אינמיטן קומענדיגע וואך אי"ה.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9263 מאל

הודעהדורך ראובן » מוצ"ש יאנואר 13, 2018 11:21 pm

ריכטיג האט געשריבן:קוקט אויס פעסטע סחורה.

מיין באליבטע קאלום "דכרניא" זעה איך איז ארויסגעפאלן ליידער, איך האב מורא צוליב שוואכע פידבעק. א שאד ס'נישט געווען קיין אשכול מיוחד דערויף (אדער אפשר האב איך עס פארזעהן?).

וועט זיין צוריק אין דער קומענדיגער אויסגאבע -- פסח.
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9263 מאל

הודעהדורך דער וועקער » מוצ"ש יאנואר 13, 2018 11:38 pm

צו פארגרינגערן די וואס ווילן קויפן פריערדיגע אויסגאבעס, האבן מיר אהערגעשטעלט א וועבסייט וואו אלע אויסגאבעס זענען שיין אויסגעשטעלט. אזוי אויך וועט מען דארטן אויך קענען טרעפן אלע דאונלאודס און סעמפלס פאר יעדער אויסגאבע.

באזוכט:
derveker.com
דער וועקער פאר אדר-ניסן תשע"ט איז שוין דא צו באקומען!
גיט א קליק: https://www.barnesandnoble.com/w/books/ ... 1934730966
באניצער אוואטאר
דער וועקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 165
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 115 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

Re: וועקער נומער 11, ווינטער תשע"ח, איז דא!

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 14, 2018 6:20 am

דער יעצטיגע נומער האט זיך אריין גערוקט שטילעהייט, ווי א ליטווישע יארצייט. מ׳האט עס נישט געפאמפט, און פלוצלונג איז ער דא. לויט די אינהאלט אבער, זעט זיך אויס אז ער האט נישט מיט וואס זיך צו שעמען, נאר אדרבא, דאס איז איהר חן. די אלע פאסירונגען זענען געבענטשט געווארען מיט פארשידענע גאס לאזונגען. דער וועקער וועט האבען איהר אריגינעלע בליק, אויף רובאשקין מיט הרב שטיינמן, און פאר דעם ווארטען מיר, ניין לעכצען מיר אלע.
א דאנק צו די שטאב פון ארבעטער און העלפערס, ובראשם ראובן און פיקאסא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8444
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7916 מאל

Re: וועקער נומער 11, ווינטער תשע"ח, איז דא!

הודעהדורך יהודי פשוט » זונטאג יאנואר 14, 2018 11:38 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער יעצטיגע נומער האט זיך אריין גערוקט שטילעהייט, ווי א ליטווישע יארצייט. מ׳האט עס נישט געפאמפט, און פלוצלונג איז ער דא. לויט די אינהאלט אבער, זעט זיך אויס אז ער האט נישט מיט וואס זיך צו שעמען, נאר אדרבא, דאס איז איהר חן. די אלע פאסירונגען זענען געבענטשט געווארען מיט פארשידענע גאס לאזונגען. דער וועקער וועט האבען איהר אריגינעלע בליק, אויף רובאשקין מיט הרב שטיינמן, און פאר דעם ווארטען מיר, ניין לעכצען מיר אלע.
א דאנק צו די שטאב פון ארבעטער און העלפערס, ובראשם ראובן און פיקאסא.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
די פארשעמסט די וועקער, די ליטווישע יארצייטן אפילו ווען זיי קומען אן געשעהט נישט גארנישט....
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 578
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 339 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 357 מאל

Re: וועקער נומער 11, ווינטער תשע"ח, איז דא!

הודעהדורך קל וחומר » זונטאג יאנואר 14, 2018 12:54 pm

דאס קוקט אויס צו זיין א הערליכען וועקער!
ייש"כ פאר אלע עוסקים בצרכי ציבור באמונה. ישלם ה' שכרם כפול מן השמים.

ווען ווייסט מען אז א זאך האט זיך שוין גוט אריינגעפעדימט?
ווען מ'ברויך שוין נישט מאכן קיין גרויסען טאראראם און מצב דערפון!

אשרינו שזכינו!
ברוך שהחיינו וקיימנו לזמן הזה!
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1861
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2640 מאל

הודעהדורך נעגעל וואסער » זונטאג יאנואר 14, 2018 12:54 pm

באשטעלט!

יישר כח פאר @ראובן וכל הסטעף.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 653
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 703 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג יאנואר 14, 2018 1:37 pm

נייער קאלום פאנגט אן לויפן אין דעם פרישן וועקער
3.jpg


קליקט דא צו קויפן דעם וועקער:
http://amzn.to/2DquiVT
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9263 מאל

הודעהדורך ראובן » זונטאג יאנואר 14, 2018 2:06 pm

א סעמפל פון דעם פרישן וועקער קען מען דאונלאודן דא: https://t.me/JewishPublications/19191
דא קען מען עס זען אנליין: https://issuu.com/z9network/docs/_____________11
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9263 מאל

הודעהדורך חכימא » זונטאג יאנואר 14, 2018 6:08 pm

שוין באשטעלט!
ודי לחכימא ברמיזא
באניצער אוואטאר
חכימא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 51
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

Re: וועקער נומער 11, ווינטער תשע"ח, איז דא!

הודעהדורך מפוזרי » זונטאג יאנואר 14, 2018 7:28 pm

אז ס'האט זיך געשלעפט מיטן ארויסגעקומען, איז עס נישט פשט אז ראובן האט דאס מאל ווייניגער אריינגעארבעט, נאר פארקערט, ער האט דאפלט געארבעט און איבערגעארבעט, ווי די אידן אין מצרים, בונה וטובע וחוזר ובונה, והדברים פשוטים.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1758 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 756 מאל

Re: וועקער נומער 11, ווינטער תשע"ח, איז דא!

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » מאנטאג יאנואר 15, 2018 12:35 am

ראובן האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:קוקט אויס פעסטע סחורה.

מיין באליבטע קאלום "דכרניא" זעה איך איז ארויסגעפאלן ליידער, איך האב מורא צוליב שוואכע פידבעק. א שאד ס'נישט געווען קיין אשכול מיוחד דערויף (אדער אפשר האב איך עס פארזעהן?).

וועט זיין צוריק אין דער קומענדיגער אויסגאבע -- פסח.
פסח גאר?? האט נישט געהייסן אז ס'קומט ארויס פאר פורים די נעקסטע וועקער??
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 640
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1221 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » מאנטאג יאנואר 15, 2018 1:10 am

ראובן האט געשריבן:א סעמפל פון דעם פרישן וועקער קען מען דאונלאודן דא: https://t.me/JewishPublications/19191
דא קען מען עס זען אנליין: https://issuu.com/z9network/docs/_____________11

ביים קוקן אנליין געט אכטונג אויף ראיות אסורות אין די אנדערע ביכלעך אויף דעם זייטל.
איסר האטלקי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1964
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1002 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1192 מאל

Re: וועקער נומער 11, ווינטער תשע"ח, איז דא!

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 15, 2018 6:48 am

יעצט ביסטו פארזיכערט אז דער עולם וועט אהין גייען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8444
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7916 מאל

Re: וועקער נומער 11, ווינטער תשע"ח, איז דא!

הודעהדורך נעגעל וואסער » מאנטאג יאנואר 15, 2018 7:51 am

די ביכלעך אינדערזייט קומט ארויף יעדע לפי זיין דרגא. וד"ל.
נעגעל וואסער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 653
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 10:44 pm
האט שוין געלייקט: 1513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 703 מאל

הודעהדורך פיקאסא » מאנטאג יאנואר 15, 2018 10:51 am

ב"ה מ'האלט שוין דא!

עס לאזט זיך נישט גלייבן אז מען האלט שוין ביים 11'טן וועקער, א כלי מפואר מלא וגדוש מיט הערליכע, טיפע און געשמאקע ארטיקלן, כולם שוין לטובה.

עס לאזט זיך נישט גלייבן וויפיל טאלאנט אונזער ברודערס האבן! ווי וואלט דעס אלעס געגאנגן ווען נישט די וועקער?!

עס לאזט זיך נישט גלייבן וויפיל כחות און צייט ידיד נפשי @ראובן האט דא אריינגעלייגט מרישא עד גמירא, כמעט איינער אליינס. יומם ולילה לא ישבות, מיט אטענטשאן צו א יעדער דיטעיל. דאס איז קיי"ל פון שווערע ענדלאזע שעות מיט הגהה, אויסשטעל, אויסוועהלען, סארטירן, פרינטן, מארקעטן, און פארשטייט זיך אויך שרייבן אליינס. ממש כחות שלא מעלמא הדין.

עס לאזט זיך נישט גלייבן אז איך גיי נאך אהן מיטן וועקער, דאס נעמט דאך אוועק אזוי פיל צייט און כח, אבער אז מען זעהט אזעלכע הערליכע חומר, ווי קען מען אפזאגן?! און אז מען זעהט ווי די וועקער וועקט אויף פרישע טאלאנטן וואס מענטשעטן האבן אין זיך באהאלטן אין זיך פאר יארן, ווי לדוגמא אונזער פרישע חבר הרב @יהודה מאשקאוויטש - וואס האט זיך אויפגעוועקט און דעליווערד די הויפט ארטיקל דער חודש – ויהא זה שכרי.

א דאנק אייך אלע חשוב'ע שרייבערס כל אחד בשמו הטוב יבורך. את אשר ישנו בפנים ואת אשר אננו, האלב פון די ארטיקלן איז נישט אריין מחמת אפס מקום. אי"ה עוד חזון למועד.

האטס מיר א גוטן טאג,
ידיכם עוז
פיקאסא
באניצער אוואטאר
פיקאסא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 22, 2016 9:33 am
האט שוין געלייקט: 409 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 663 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 3 געסט