זענען די לימודי קודש סטאנדארטן געפאלן אין אונזערע חדרים? (ב)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הודעהדורך געוואלדיג » פרייטאג יאנואר 19, 2018 8:28 am

נו, לינק
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4844 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יאנואר 19, 2018 9:49 am

דא

עס לאזט זיך נישט גלויבען די חילוקים. דארט רעדט מען אדער פוןדי היסטאריא, אדער א הספד אויף די אונגארישער\סלאווקאישער דרך הלימוד אנטקעגען די ליטווישע. קיין שום שכל, קיין שום דערהער נישט. אחוץ געציילטע ברמיזה, דערמאנען זיי ניטאמאל קיין נושא אויף וואס צו רעדען.

דער עיקר איז, אז יענער וואך שבת איז געווען די יארצייט פון ר׳ יונה גלויבער!
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7728
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 2753 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7295 מאל

הודעהדורך שמערל » זונטאג יאנואר 21, 2018 4:08 pm

שמערל האט געשריבן:די גאנצע מעשה פון מיללער שיינט ווי א וויסטע פאנטאזיע פון איינע פון די דערציילונגען פון די צדיקים וואס האבן שוין געענדיקט ש"ס ביי די דריי יאר. איך וועל מיך מער נאכפרעגן, אבער לדעתי האט מען קיינמאל נישט געענדיקט אין כיתה ח' מער ווי דרייסיג בלאט גמרא.


האב איך מיך נאכגעפרעגט ביי א תלמוד ישיבת סאטמאר פון יענע יארן, ווי ער זאגט איז די עיזש באשטאנען פון בערך הונדערט קינדער וואס זענען געווען צוטיילט אין בערך דריי קלאסן, די קלאסן אין יענע צייט זענען נישט געווען ממש לויט די יארגאנג נאר ר' יידל רויזענבערג וואס איז געווען דעמאלטס דער מנהל האט מחליט געווען וועלכער יינגל באלאנגט ביי וועלכע מלמד לויט זיינע כישרונות. דער צו וועם איך האב גערעדט האט נישט געלערנט ביי ר' יונה גלויבער און ווי ער זאגט האט זיין קלאס געלערנט הגוזל עצים אין די ווינטער וואס באשטייט פון זיבעצן בלאט, דאס הייסט אז במשך דעם יאר האט מען געלערנט בערך פינעף און צוואנציג בלאט גמרא תוספות. ער טענה'ט אז רוב קינדער האבן מיטגעהאלטן די לימודים און גוט געקענט.

ווען ר' יונה גלויבער איז געווארן א מלמד, האט ער אנגעהויבן צו לערנען מיט ניין יעריגע קינדער, און איז מיטגעגאנגען מיט די זעלבע קלאס ביז די פערצן פופצן יאר. אין זיין קלאס האבן געלערנט די בעסטע קינדער, און ר' יידל האט כסדר געטוישט ארויסגענומען ווער עס האט נישט מיטגעהאלטן און אריינגעלייגט אנדערע קינדער וואס זענען בעסער געווארן.
ווען איך האב אים געפרעגט אויב עס איז מעגליך אז זיי האבן געלערנט גאנץ בבא קמא אין איין יאר, האט ער געזאגט אז ניין, זיי האבן עס געלערנט אין צוויי יאר און מ'האט אויסגעלאזט עטליכע פרקים.

אז כ'האב שוין גערעדט מיט אים, האב איך אים געפרעגט וועגן די ענגלישע לימודים אין יענע צייט, האט ער מיר פארציילט אז דעמאלטס איז נאך געווען א אויסוואל צו מען זאל גיין צו ענגליש, די קינדער פון עלטערן וואס האבן נישט געוואלט אז מען לערנען
ענגליש האבן געהאט א באזינדערע קלאס ווי מ'האט געלערנט מיט זיי גמרא, די סיבה פארוואס מען האט געהאט ענגלישע קלאסן איז געווען לויט אים ווייל די עלטערן פון רוב קינדער האבן דאס געוואלט אז זייערע קינדער זאלן נישט זיין קיין אנאלפאבעטן און קענען לימודי חול. (הערשט שפעטער איז געווארן אז מען לערנט ענגליש ווייל מען מיז ווייל די רעגירונג פארלאנגט, און דעמאלט האט מען טאקע אויפגעהערט מיט די זייטיגע קלאס פון גמרא און יעדער האט געמוזט גיין צו ענגליש).
ער זאגט אז דעמאלטס איז ענגליש בכלל נישט געווען קיין ליצנות און מען האט פעסט געלערנט, קינדער האבן זיך נישט געוואגט צו מאכן טראבל ווייל די ענגלישע גויאישע טיטשערס האבן נאך יענע צייט געטיילט שלעק פונקט ווי די אידישע מלמדים.
שמערל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 967
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 6:05 pm
האט שוין געלייקט: 1109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1141 מאל

Re: זענען די לימודי קודש סטאנדארטן געפאלן אין אונזערע חדרים?

הודעהדורך אונטער חכם » דינסטאג אפריל 17, 2018 12:17 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שמעון וואלף - וןען מ׳רעדט פון דער אלטע היים, ווי מ׳האט יעדעם אויסגעשחט׳ן און מ׳קען גארנישט אויפווייזען, קענסטו אונז דאס איינרעדען. אבער די חברה לעבען נאך היינט. און פיהל פון זיי האבען פונקט די זעלבע פארתמטע קעפ ווי זייער אייניקלאך. קום קיין פלארידא יעצט און כאפ א שמועס מיט זיי און זאג מיר אין פנים אז זיי האבען געקענט ב"ק מיט תוספות.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

פון דעם איז נישט קיין גרויסע ראי' , זיי האבן שוין זייט דעמאלס פערציג יאר נישט געעפנט קיין גמרא, אוודאי האבן זיי פארשטאפטע קעפ.

איך האב געהערט פון אן איד וואס האט געלערנט ביי ר' יונה גלויבער אז ער האט געלערנט דארט איין זמן גאנץ כל שעה מיט תוס' בערך צוואנציג בלאט.
אונטער חכם
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 512 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

הודעהדורך Gimpel » דינסטאג אפריל 17, 2018 1:38 am

געדענקט איינר דער מלמד ר יעקב חיים אמסעל
Gimpel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:40 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט