תומכי שבת פעקלעך פון פעטער שמואל זז"ג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19763
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24877 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15067 מאל
קאנטאקט:

תומכי שבת פעקלעך פון פעטער שמואל זז"ג

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער בלאט באריכט די וואך (פ' תרומה) אז אונזער חשוב'ער פרעזידענט דאנאלד טראמפ ירום הודו וויל איבערארבעטן דעם פוד סטעמפ/אי.בי.טי. סיסטעם אויף אן אייגנארטיגן (אפשר היימישן) אופן. ער האט פארגעשלאגן אז מ'זאלל פאר אלע מענטשן וועלכע זענען באשטעטיגט צו באקומען פוד סטעמפס אנהייבן שיקן פארשידענע עסן פראדוקטן אהיים צו זיי דורך די דעליווערי טראקס פון די רעגירונג. שטאטס אריינלייגן א באשטימן סכום פון געלט אויפ'ן קארטל פון די משפחה א יעדן חודש.

שטעלטס ענק פאר. ווען די רעגירונגס טראקס מיט די וועכנטליכע משלוח מנות פעקלעך וועללן אנקומען צו א בלאק פון היימישע אידן. און מ'וועט זעהן אז דער טראק שטעלט זיך אפ און די שקצים, די דעליווערי באיס וועללן אנקלאפן אין די טירן פון דעם גביר און יענעם שיינעם איד. יעצט שטעלט זיך די שאלה. אויב די גויים וועללן וויסן אז בעפאר א יו"ט, ספעציעל פסח, דארף מען פאר די אידן שיקן גרעסערע פעקלעך. אויך כשר לפסח פראדוקטן.

נאך א זאך. ביי דעם היינטיגן סיסטעם. ווען מ'זעהט פאר פסח ווי די טראקס מיט די הילף פעקלעך פאר משפחות פארן ארום אין די גאסן פון די היימישע געגנטן, זעהט מען בחורים אויף די טראקס וואס העלפן צו צו דעליווערן די פעקלעך אין זייער בין הזמנים. דאס איז זייער א געשמאקע מחזה וואס דערווארעמט דאס הארץ. אבער אויב דער פראגראם פון פרעזידענט וועט אדורכגיין און די שליחים פון אנקל סעם. די אלע אנ'עמפלאיד יוגנטליכע שקצים מכל עמי הארץ וועללן זיין די דעליווערי באיס. מיט וואספארא געשמאק וועללן זיי איבערגעבן די פעקלעך. און מיט וואספארא געשמאק וועללן עס אונזערע היימישע נצרכים איבערנעמען...!

דאס דערמאנט מיך א שמייכלענדיגן עפיזאד. אויף מיין גאס וואו איך וואוין איז אויכעט דא א זיסער איד. ער האלטציך פאר א שיינעם איד. א שטיקל חזן. א שטיקל ת"ח וידען. ווען א רב דארף א בעל דרשן פאר א מלוה מלכה אדער דינער איז ער דארט. און אויף די גאס. אויך. פונקט ווען מ'דארף איהם נישט איז ער דארט. ער זעהט און באמערקט אלע געשעענישן אויפ'ן בלאק. און זאגט דיעות און געט אומגעבעטענע עצות.

אין מיינע יונגערע יארן, ווען די קינדער זענען נאך געווען קליין האביך געהאט א מנהג איינצוקויפן א סאך גראסערי פראדוקטן ביי די קעיס. ב"ה אלעס באצאלט פון די אייגענע טאש. אבער מכח מיין דזשאב אלס באס דרייווער האביך נאר געקענט גיין איינקויפן ביינאכט ווען די דרייווינג האטציך געענדיגט. און איך פלעג אלעס אליינס דעליווערן. אבער מעשה שטן. ווען איך בין אנגעקומען צו מיין הויז מיט די דעליווערי איז מיין שכן טוב פונקט דארט געווען. ער איז פונקט דאמאלס דארט "אדורכגעגאנגען"... און זיך אפגעשטעלט, און אריינגעקוקט ..."אין מיין וועגעלע"...און זיך נאכגעפרעגט פונקטליך אויף אלע פרייזן און געזאגט דיעות איבער אלץ און אלעמען. איך האב איהם אייביג געענטפערט אויף זיינע דערקוטשענדע שאלות בדרך כבוד. אין א שיינעם טאג פאר פסח זעה איך ווי דער טראק פון די פסח פעקלעך שטעלט זיך אפ ביי זיין הויז און מ'נעמט ארויס מכל טוב וטוב. אויך א סקיד פון סעלצער. ווען איך האב געזעהן דעם חשוב'ן איד וואס האטציך אייביג אהערגעשטעלט אלס גביר שטיין דארט , האביך מיך שיעור נישט באגראבן פאר בושה. איך האב נישט געוואלט אז ער, דער גרויסער גביר, דער קהל'ס עצה געבער זאל זעהן אז דער עולם ווייסט אז ער נעמט נעבעך פון די פסח פעקלעך...!

איך וועל נישט זאגן אין וועלכן מקצוע אונזער חשוב'ער שכן ..."ארבעט". מפני חשש גילוי. ומפני רכילות ולשה"ר...! אבער. אזוי ווי אונזער רבי שליט"א זאגט..."ווער ס'ווייסט, ווייסט"...!

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר