שחורה אני ונאוה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6626 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3684 מאל

שחורה אני ונאוה

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

אזוי דורך גייענדיג אלע עסן וואס איז איינגעפירט ביינונז, שבתים, יו"ט אדער סתם יומא דפגרא'ס. בין איך זיכער אז אלעס קומט פון גאר הייליגע מקורות יסודתם בהררי קודש. און אוודאי איז דא ק"ן טעמים פארוואס פינקט דע עסן אין נישט אנדערע, פיש, ווערט דאך שוין געברענגט פון גאר פריערדיגע אפילו אין שו"ע ווערט עס צוגעברענגט, געפילטע פיש פון שפעטעריגע, יי"ש אידאך פשוט, הייסע יוהך, מיט לאקשן און קניידלעך, מרומז גרויסע זאכן. פלייש, אידען שייך א סעודה אהנע דעם? הייסע קראכעדיגע פערפעל, מיט רונדיגע קוגל מכל המינים, קאמפאט מיט א לעבעדיגע פרי צו זעטיגן די ספק ברכה, אאו"ו. שבת יו"ט מיט חוה"מ, ספעציעלע עסן, אין אזעלעכע יו"ט וואסי וואכענדיג ווי פורים, הוש"ר, דרייט זיך ארום קרעפעלעך, האלעפטשעס וכדומה.

בקיצור די אידישע טראדיציע איז אנגעפילט מיט עסן מינים ממינים שונים ומשונים, פון מזרח אראפעישע ביז מעריב, אשכנזישע ביז ספרדיש, אמעריקאנער מיט איטאליענער, פיל מיט רעסעפי ביכער און ספרים ווי עס ווערן אראפ געברענגט כל מיני מאכלים ווי למשל די זמירות/מחזור דברי יואל און נאך אסאך אנדערע ספרים הקדושים, וואו ס'ווערן פינקטלעך אנגעצייעענט וואס מ'עסט ווען, צו די ערשטע נאכט צו מיטל נאכט און ווי אזוי, זיס ביז זויערס, וכו' וכ'ו

און נישט אלע עסן גייען צוריק אין צייט מיט הינדערטער אדער טויזענטער יארן ממש, נאר איינצעלנע אזוי ווי פיש און פלייש, פשטיד"א (נישט קוגל) וואס ווערט גראדע דערמאנט אין שו"ע אלץ זכר למן וואסי געווען באדעקט פון אויבן און אינטען. אבער חוץ מזה זענען רוב עסן מער נייערע מנהגים פון דעם חצר אדער יענער חצר, ווענדט זיך ווי געראטן די רביצין פונעם חצר איז געווען מיטן אויפגעקומען מיט נייע איידיעס און פארשטייטסעך עס צו קענען מלבוש זיין מיט אידישקייט און שמות הקדושים מיט סגולות, אותות ומופתים אאו"ו.

אזוי טראכטענדיג אריין איז מיר שווער צו פארשטיין פארוואס קיין איין רבי/רביצין איז נאכנישט אויפגעקומען אריין צו ברענגן טשאקאלאד אינעם הייליגן מאכלים רינג, ערשט אנהייבן אין די הייליגע הויפן און פון דארט צו חסידים ואנשי מעשה, טשאקאלאד וואלט ווען באמת געקענט זיין א קאנדידאט פאר רבישע טישן, פאר שמות הקדושים, פאר סגולות נפלאות, פאר רפואות, פאר זש"ק, און נאך. מ'קען אסאך ארום רעדן ס'ענין פון טשאקלאד, ווי אזוי מ'עסט עס, ווען מ'עסט עס, צו פאר די פירות צו נאך, צו בשעת די פירות.

און ס'דאך דא כמה וכמה מיני טשאקלאד גענוג פאר יעדע רבישע הויף, יעדע אדמו"ר מיט זייערע בנש"קל'ך, עד סוף כל הדורות. אין דעם חצר מיט מארשמעלוי, דער אנדערע חצר מיט מאנדלען, אנדערע, צוועבן איבערגעדעקט מיט טשאקלאד, אאו"ו. נאכדעם איז אפילו דא גענוג מיני טשאקאלאד וואס זאלן דינען פאר אינטערנאציאנאלע מנהגים וואס איז איינגעפירט ביי אלע חצרות גלייך ווי למשל דזשעלי רינגס אלץ א זכר למחיית עמלק, ווי דער תוך איז רויט וואסי מרומז אויף אדום/עשו/עמלק, און מ'נעמט דאס ארום מיט טשאקאלאד וואס איז מרומז אויף אהבה אין מ'צוקייט עס. למשל די סוד פון מארשמעלוי אז ס'דא א דינע שורה רויט וואסי מרומז אויף עשו פון הינטען און דריי מאל אזויפיל ווייס פון אויבן איבערגעדעקט מיט טשאקלאד פון אלע זייטן וואסי מרומז אז אהבה און רחמים דארפן גובר זיין אויף די קליפות אאו"ו. אזוי קען מען ארום רעדן אהנע שיעור פון די גרויסקייט פוו טשאקאלאד.
דער במח"ס שו"ת זאב יטרף וואלט אפילו געקענט אפשרייבן גאנצעטע בענדער מיט תשובות וועגן משנה זיין ממנהג למנהג. און ווי אזוי צוצוגרייטן דעם טשאקלאד אז די השפעות זאלן זיך גיסן

עכ"פ יעדע חצר וואלט זיך געפונען א געוויסע מין טשאקאלאד וואס דאס וואלט ארויסגעברענגט דעם דרך אין עבודת השם פון יענעם חצר, אפילו די לטאים וואלט זיך גוט געטראפן דאס פלאץ.

סגולות מיט ענינים וואלט געווען לרחצה, שידוכים, זש"ק, געזונט פרנסה נחת, מ'וואלט עס אפילו געקענט עסן פאר תשובת חטא הידוע, אלעס וואלט זיך געטראפן דאס פלאץ אינעם הייליגן טשאקלאד ספעציעל שידוכים. כדי טאקע צו דערמאנן די באקאנטע מעשה וואסי פארגעקומען בחצרות..... ווי איין יאר האט דער רב/רבי געווארפן ראם באללס אנשטאט עפלעך אויף די אכצען יעריגע בחורים, אבער נישט איין ראם באלל אויף אמאל אזוי ווי די מנהג איז ביי עפעלעך נאר א קומץ גדול און געזאגט והיו לאחדים בידי, און איבערגעזאגט דעם פסוק אפאר מאל, די חסידים זענען געשטאנן פארווינדערט, קודם ס'משנה זיין פון עפל צו טשאקלאד און אויך פארן זאגן ס'פסוק והיו לאחדים בידי, מילא "והיו לאחדים" אבער וואסי דע "בידי"? נישט אריבער קיין לאנגע צייט און און מ'האט באשיינפערליך געזעהן די רוח הקודש, ווי די אלע בחורים וואס האבן געכאפט טשאקלעד פון איין האנט זענען אלע געווארן מחותנים איינער מיטן צווייטן, ווי מעכל איז געווארן א חתן ביי משה, און משה'ס ברידער האט גענומען יענקל וואסי געשטאנן גלייך נעבן מעכל פון די רעכטע זייט, און הערשי וואסי געשטאנן פון די לינקע זייט איז געווארן אן שוואגער מיט מעכל, אאו"ו אזוי בערך דרייסיג בחורים זענען געווארן קרובים און אריין געדרייט געווארן, און אזוי ארום געבליבן געטריי צום חצר האדמו"ר און אלעס פון איין האנט טשאקאלאד.

כ'האב פרובירט אפירצוזוכן וואס קען זיין די סיבה אז צוליב דעם איז עס נאך נישט אריינגעקומען בחצרות קדשינו, און נאכנישט געווארן טייל פון די שיריים געטיילעריי, און נישט פון די סגולה/צידה לדרך/יראת שמים עסן, פינקט ווי קנאבל פון ר'יענקעלע?? און פצעי פארן חטא הידוע, קען נישט זיין ווייל ס'איז בגדר "חדש אסור מן התורה, ווייל פאטעיטא קוגל, די רביצין'ס טשיס קעיק, געפילטע פיש, קארן פלעקס קוגל ועוד, זענען אלע נייע עסן!

אדער קען זיין ווייל ס'איז א עסן וואס דערמאנט תאווה קוקט עס אויס ווי א עקעלדיגע זאך, קען אויך נישט זיין, ווייל פארוואס איז עס ערגער פון די מראות הצובאות וואס משה רבינו האט נישט געוואלט מקבל זיין פון די אידן ווייל ס'דערמאנט פון... האט עם דער רבוש"ע געזאגט זו הוא חביבה לפני מן הכל, אידאך באקאנט די מדרש, ואכמ"ל. אויף טשאקאלאד קען מען דאך זאגן די זעלבע זאך, אז מ'טראכט אריין די גרויסע זאכן וואס טשאקלאד פארמאגט, וואס טשאקלאד טוט אויף, ס'מאכט שלום בין אדם לחבירו, בין איש לאישתו, ס'איז מרצה, מ'איז מפייס מיט דעם. מ' יום קודם יצירת הוולד, קומט שוין דער מאן אהיים מיט א שיינעם שאכטעלע טשאקלאד, דורך די טשאקלאד איז דא א קירבות הלב. ממש די טשאקלאד איז אויך א חלק וואסי גורם און העלפט ארויס בישובו של עולם, ממש ווי די מראות הצובאות.

ממש פונעם געבורטס טוט דער טשאקלאד אפווארטן, ס'קינד ווערט געבוירן ברענגט מען טשאקלאד פאר א מתנה, ביים וואכנאכט, פיל מיט טשאקלאד. אויב א קידוש, נאכאמאל טשאקלאד, מ'שערט אפ ס'קינד, טשאקאלאד. אין חדר ס'קינד קען גוט, טשאקלאד, אאו"ו. אין מזונות לייגט מען אריין טשאקלאד איז עס גאר גוט, אנישט איז עס דורך צוטראגן. אין בראנפען, טשאקלאד. מצות איז דא געטינקן אין טשאקלאד. פורים משלוח מנות, טשאקלאד. פסח, פיל מיט טשאקלאד, שבועות, אידאך אפגערעדט, אין יעדן טשיסקעיק אויב וויל מען עס מאכן פאר א קנאק פון א קעיק דאן מישט מען אריין טשאקלאד. חוץ דע רביצין'ס טשיסקעיק וואס איז טאקע אן אויסנאם, אפילו אין די צומאלענע קוכן וואסי אויסגעשפרייט ווי א צודעק העכערן רביצין'ס טשיסקעיק ווי די צוריבענע אינגבער העכער די חרוסת געפינט זיך נישט אפילו בטעות א שטיקל טשאקלאד, פרוכט דעקט מען איבער מיט טשאקלאד. ניסלעך ווערט איבערגעדעקט מיט טשאקאלאד, ס'איז עולה על שולחן מלכים ושרים. בקיצור, די גאנצע לעבן ווערט באגלייט מיט טשאקלאד.

כ'הייב שוין אן צו טראכטן צו די גזמאות פון די פירות גינוסר וואס די גמ' אין מס' ברכות ברענגט אז רבי יוחנן האט געגעסן דערפון ריזיגע שיעורים, איז גאר געווען טשאקלאד. אדער מעגליך גאר אז די עץ הדעת איז גאר געווען טשאקלאד, און היינט אזוי ווי מ'קומער נעהנטער צום תיקון העולם, ווערט עס מער און מער פארהייליגט, און מער מתוקן. איז פארוואס איז עס טאקע נישט עולה על שולחן הטישן, דע רבי'ס וואלטן געווען די ערשטע און די בעסטע עס צו מתקן זיין

כ'שטעל מיך פאר אז ווען טשאקלאד אין דעם פארום ווי מיר עסן היינט צו טאגס וואלט ווען געווען בזמן הבית, וואלט עס געווען א גרויס חלק פונעם קולטור, די ביכורים וואלט מען אויך אויסגעצירט מיט טשאקלאד, סוכ"ס קומט עס פון א בוים. אין מס' יומא פרק ג' ווי די משנה רעכענט אויס אלע וואס זענען לשבח, וואלט זיכער ר' הערשל דער בעל האטשאקלאד געווען איינער פון זיי, פינקט ווי ס'דא א שירת הכרם אין ישעי', וואלט אפשר געווען א שירת האטשאקלאד. כ'בין זיכער אז ווען יעקב אבינו האט געשיקט פאר זיין זוהן דער משנה למלך נישט וויסענדיג אז ער איז יוסף, בוטנים ושקדים, ווען טשאקלאד וואלט ווען געווען יענע צייט וואלט עס זיכער געווען איבערגעדעקט מיט פיינע בעלגישע אדער שווייצארישע טשאקאלאד.

שטעלט זיך די מיליאן דולר פראגע, פארוואס טאקע זעהט מען נישט קיין זכר סיי ביי די חצרות פון די אדמורים, און סיי ביי עסן וואס איז מקורו פון כ"ק אדמו"ר שליט"א'ס/ זצ"ל'ים, קיין שום רמז אדער שמעק פון טשאקלאד, געפילטע פיש/ציבעלע קוגל/עמלק קוגלן/טורטן/געדישעכץ (עיין בזמירות דברי יואל). קנאבל/פירות טישן, רביצין'ס טשיס קעיק. ממש אין ערגעץ, אפילו א משהו, ממש ווי חמץ אום פסח! וואס קען זיין די אורזאך דערפון???
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דער גאלדענער אדלער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר