בארבערשאפס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
הגיון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 23, 2016 11:10 am
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

בארבערשאפס

שליחה דורך הגיון »

אזוי ווי ימי פסח משמשים ובאים, און דער מנהג איז דאך זיך אפצושערן אויף דעם חג הפסח. און דער רמ"א זאגט דאך: חייב אדם להתגלח לכבוד יום טוב, וכל המתגלח על טריפע"ל זיר"א הרי זה משובח. יעדער ווייסט דאך די משוגעים הויז וואס טוט זיך ביים שמש שטוב יעדן ראש חודש, ספעציעל בעפאר יום טוב. מזיצט אויף א בענקל וואס שווימט אויף אפגעשוירענע האר, און מ'ברויך נאך האלטן א שיסל מיט רויטע, שווארצע, ברוינע אפגעשוירענע האר. אויב דאס איז נישט גענוג, שפאצירט דער נעקסטער קונה ארויס מיט וויין, ליכט, און א בינטל רויטע האר. דער שמש (אדער בחור, שטייט א פארסאפאטע מיט א הייסע שעיר מאשינדל, און טריפעל זיראט מאסן קעפ, צו די דיספלעשער פון אסאך חובבי כבוד הבריות.

ברידער לאמיר זיך ארויסהעלפן איינער דעם צווייטן, נישט ח"ו אונטער צו ברענגן דעם שמש, נאר אפצוהיטן אויף כבוד הבריות, לאמיר זיך שעירן טיפס פון גוטע בארבערשאפס איבער די פינף באראס.

אויב ווייסט איר פון א גוטן בארבערשאפ, ביטע נישט צוריק האלטן פון מיטטיילן מיט אנדערע.

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר