מהרז"ל מסאטמאר: עירוב איז געמאכט אויסצורייסען שב"ק

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
חתם סופר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1392 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1668 מאל

מהרז"ל מסאטמאר: עירוב איז געמאכט אויסצורייסען שב"ק

שליחה דורך חתם סופר »

ביי די יערליכע חוה''מ פסח פארזאמלינג קעגן די עירוב אין וויליאמסבורג האט מהרז''ל מסאטמאר אויפגעטרעטען און גערעדט זייער שארף קעגן די עירוב וואס טויזענטער אידן ניצן און שטייט אונטער די השגחה פון גרויסע רבנים און איז אויפגעשטעלט געווארן דורך הגאון האדיר ר' פישעלע זצוק''ל.

איך האב נישט געהערט די גאנצע דרשה נאר א קליינע חלק וואס פארט ארום. דארטען האט מהרז''ל געזאגט א, אז ס'איז בכלל נישט דא קיין עירוב, ווייל מ'קען עס נישט זעהן, און בּ, אז די גאנצע ציל פון די עירוב איז אויסצורייסן שב''ק!!

דאס דערמאנט די אמאליגע מארמאראשע סאטמארע (און אויך אנדערע קהלות) גערעדעכץ, און שוין זייער לאנג וואס מ'האט שוין נישט געהערט די בלינדע טייפ פון העצעריי וואס מאכט בכלל נישט קיין סענס אין תשע''ח ווען ס'איז א אפענע וועלט און רוב מענטשן פארשטייען אז האבן חילוקי דעות מיט אנדערע מענטשן מיינט נישט אז יענער איז שלעכט און א רשע וכו'

דער אשכול פארמאגט 46 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר