א לקח פון די חינוך סומאטוכע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

א לקח פון די חינוך סומאטוכע

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 15, 2018 7:42 am

א גזירה האט זיך געחקק'ט! מ'אזי אין פלאנטער! וואס ווען ווי? איך וויל אדורכגייען די היסטאריא פון די לעצטיגע גזירה פון חינוך אין נ.י., אויפצווייזען.... שוין מ'עט שוין אליינס וויסען וואס ארויס צו נעמען דערפון.

אמעריקא איז גאר א חידוש אין די אידישע בריאה. ווען דער ווילנא מגיד האט מסכים געווען אריבער צו גייען קיין אמעריקא צו דינען אלס רב הכולל אין נ.י., האט הרב חיים בריסקער געשטורעמט "היתכן מ'גייט זיך באזעצען אין א לאנד ווי די געזעץ פאדערט אן עדיוקעישען?!" אין רוסלאנד\פולין האט מען נישט אפיציעל געלערנט צו געקענט גאס שפראך צו סיי וועלכע לימודי חול, און מ'האט נאר געהאט די פארצייטישע פריוואטע פראוויזארישען חדר סיסטעם, ווי מ'דינגט פריוואט וואס מ'קען לויט די געלט וואס מ'האט, און אזוי האבען זיך ערצויגען אידישע קינדער. און דא גייט מען קיין אמעריקא ווי די רעגירונג מישט זיך אריין אין וואס מ'לערנט? אין פולין זענען קאליקעס געגאנגען אין גימנאסיום, גבירים וואס האבען זיך שוין מאדערניזירט האבען געדינגען פריוואטע מלמדים אויסצולערנען לימודי חול און די רוסישע און פראנצויזישע שפראכען, אבער דאס איז לויט די ווילונג פון די מענטש פערזענליך, נישט די געזעץ.
שוין, מ'איז דאהי אין אמעריקא, צו ר' חיים בריסקער וויל צו נישט, און מיר האבען פאליטישע מאכט. דער רעגירונג האט שלום געמאכט מיט דעם אז מיר האבען שוין אייגענע ישיבות. ראביי משה שערער האט ערלעדיגט אין אלבאני אז מ'זאל לאזען די ישיבות פריי (איך האב אמאל געהערט ביי די שבעה פון הר"ר משה סווערדלאף ז"ל פונקט די השתלשלות הדברים, אבער איך האב שוין פארגעסען די פרטים) פון בדיקות וחקירות, און אלע האבען געניסען פון די שטיק עסקונה, כולל די וואס האבען גענוצט די ווארט 'אגודה' אלס א שפאט ווארט.
ביז לעצטענס. א בחור האט זיך געפיהלט אויסגעשפיגען פון די געזעלשאפט. פאר עפעס א סבה האט ער מחליט געווען אז בעלזא איז נישט פאר איהם, און ער האט חתונה געהאט מיט אן אייניקעל פון א ראש ישיבה אין YU, אבער געבליבען ביי דעם איז ער נישט. ער האט אפגעלאזט דער דת משה וישראל און ניטאמאל אנגעהאלטען דת בעלזא. ער גייט אנרייצען די רעגירונג צו טוהן זיין ארבעט און ענג מאכען פאר חרדים צו וואוינען אין נ.י.. שוין, אומר ועושה, ער מאכט א טאראראם און רייצט זיי אן צו באקוקען די מוסדות.
א צרה כפולה ומכופלת. מ'עט מוזען אויסלערנען ככל העולה על רוח המאנסטער, ולא עוד, אלא מ'עט דערלייגען די פילע געלטער וואס קומען אן פון דא דארט און אפשר א דריטע פלאץ. ווער ווייסט וואס די רעגירונג וועט אלס צווינגען, מ'עט זאגאר דערציילען די קינדער אז אלע מענטשען זענען ענליך, און צוליעב דריי נומערען אין די פארטיי לוגו ווערט יענער נישט קיין מוריטשקע צו דערטרעטען. מ'עט זיי אויסלערנען זאכען וואס איז קעגען אונזער מוסר און גלויבונגען, און דאס איז שוין יא אן ערנסטע געפאר, און תוצאותיה מי ישורנה? מ'עט גאר מוזען גייען וואוינען אין אן אנדערע שטאט און מדינה.
דא דארף מען א לעזונג, פוי שרייען מיט הייזעריגע געוואלד יאווען און מיסט קאסטען פארברענען איז אלס גוט ווען א לעזונג איז נישט די ציל, אבער דא דארף מען עפעס ערנסט טוהן למעשה. לאמיר זע'ען וואס 'טוהן למעשה' נעמט איין.
קודם, מ'מאכט עס וואס שטילער, מ'מאכט נישט קיין איבעריגע גערודער. גערודער ציעט די אויפמערקזאמקייט פון פרעמדע אומפריינדליכע אויגען. מ'שרייט נישט די ווארט 'גזירה!!!', ווייל דאס וועט עס מאכען פאר א קעמפף – אונז קעגען זיי – וואס דאס מיינט אז יעדער זאך וואס גייט ארויס פון די געזעץ האט א פרייז פון די קעגענער. מ'טוט וואס שטילער מ'קען נאר.
דערנאך, מ'זוכט מומחים אין דער געביט. מ'זוכט אויס אדוואקאטען וואס קענען זיך אויס אין די סארט געזעצען, און מ'זוכט אויס פעדעראלע אדוואקאטען וואס ווייסען וויאזוי צו האלטען א געזעץ מיט די קאנסטיטושען. מ'פארשטייט אז אין מקוה באקומט מקוה עקספערטיז, נישט געזעצליכע. פונקט וועלכע אבר צו זייפען ערשט ווייסען זיי זייער גוט, די מקוה זיצערס, אבער נישט צופיהל מער ווי דעם. מ'פרעגט זיך נאר נאך ביי די וואס ווייסען טאקע.
און א טריט ווייטער, מ'פאראייניגט א פארשידענהייט פון כוחות וואס האבען וואס צו דערלייגען פון די געזעצען און די פראבלעמען, כדי אז די לעזונג זאל יעדעם געלונגען און מ'זאל זיך נישט שלאגען צווישען זיך.
און מ'זוכט א פאסיגע שליח צו טוישען די געזעץ, א שליח וואס האט די מערסטע אויסזיכטען צו געלונגען. לאו דוקא איינער וואס זעט אויס ווי מיר, לאו דוקא איינער וואס גלויבט ווי מיר, אבער איינער וואס קען אויספיהרען.
מ'נידערט די האפענונגען, מ'ווייסט אז נישט אלס וועט מען באקומען וואס מ'וויל, און מ'איז נישט גענצליך בעלעבתים אויף די סיסטעם, אבער מ'זוכט אריינצושטופען וואס מיר קענען נאר צו פארמינערען די פראבלעם וויפיהל מיר קענען.

און די הצלחה איז ארויס צום סוף. א גענצליכע הצלחה? ניין. מ'האט געמוזט נאכגעבען אז די געזעץ קען פארלאנגען א געוויסע מאס לימודי חול וואס איז נישט געווען ביז יעצט. מ'האט געלייגט די זאך אין די הענט פון א מענטש\פרוי, וואס מיר ווייסען נישט וואס זיין\איהר ציל איז. אפשר וועט ער\זי מאכען ענגער און ערגען פאר אונז. ווען ער\זי קען אלס פסקנ'ן אליינס, ווער ווייסט ווער ער\זי וועט זיין? און וואס וועט זיין טאמער ער\זי האט פאליטישע אמביציעס? ער\זי וועט מורא האבען אונז נאכצוגעבען צופיהל, אויס מורא פאר די ליכט פון די מידיא פון יענער נפתולי נפתלתי, דער פארדרייטע שלאנג וואס שטייט אין שפיץ פון די גאנצע מערכה. נאר אויף יעצט האבען זיי געהאלפען אז מ'עט קענען דרייען מיט די געזעץ ווי מיר ווילען, און די פשרה איז אריין אין קראפט. מ'וועט דארפען האלטען אן אויג און גוט צוחנפנ'ן צו דער עדיוקעישען קאמיסאר, און מ'וועט דארפען האלטען א חלק פון די פאליטישע אכט אונזערע זיכער צו מאכען אז אין יעדער רעגירונג, רעכטס צו לינקס, וועט מען נאר אריין לייגען אזא קאמישינער מיט וועמען דער עולם וועט קענען ארבעטען.


פרעג איך ענק, ווען די מנהיגים אין א"י זע'ען זיך אין די זעלבע פראבלעם, וואס דארפען זיי צו טוהן? שווייגען און שרייען, צו זוכען אן עצה? ווען זיי, אונזער קעגענער, האבען די גאנצע מאכט אין לאנד און מיר פרומער קענען זיך נאר זוכען אויסצודרייען און טרעפען קונצען און עצות פון אונטער די קוליסען וויאזוי דורכצושווערצען די פראבלעם, דארף מען דאס דען נישט טוהן? זאל מען מוותר אויף אונזער איינציגסטע געווער אין די ארסענאל, כדי מקיים צו זיין די 'מחאה' פליכט פון שרייען 'גזירה! גזירה! גזירה!'? און אלס וואס די רעגירונג האט אויסגעפיהרט און מיר האבען נישט געקענט זיך אויסדרייען דערפון, הייסט דאס דען מיט אונזער הסכמה? אדער פשוט און גלאט, דאס האט מען יא געקענט און דאס נישט? ווען די איזרעאלי רעגירונג האט מחליט געווען צו מאכען א נחל חרדי פאר חרדים וואס לערנען נישט, און די עסקנים האבען ארויסגעשווערצט א פטור פאר די וואס לערנען יא, איז דאס דען נישט קיין זיג פאר תורה? הייסט דען די נחל חרדי על שם די עסקנים ווייל דאס האבען זיי נישט געקענט שלאגען און באקעמפען? און דארפען זיי דען נישט זיצען מיט די געזעץ שרייבערס שטילעהייט מיט די גרעסטע מאס ערנסטקייט צו שרייבען די געזעץ אויף בעסערע תנאים, נישט מיט לאזונגען און שרייעריי, ווייל מ'דארף דאך עפעס אויפטוהן למעשה?
ווען מ'טוט אויף למעשה, פארשטייען אלע וויאזוי מ'דארף טוהן. נאר וויבאלד קיינער פון די אמעריקאנער גיבורי כח ציונים שלאגערס גיבט נישט די קלענסטע נפיחה פאר אלע וואס גייען אין מיליטער אין א"י, די מצוה פון מלחמה אויף ציונות איז ווערט אלע מדינות גזירות און שמדות, דעריבער זוכט מען דוקא די וועג וואס האט די קלענסטע אויסזיכטען צו געלונגען. און דער וואס זוכט דוקא יא צו העלפען למעשה, ער איז גאר דער וואס 'שיקט אידען אין מיליטער'? ער איז דער וואס איז קאלט צו ציונות? ער איז דוקא דער לוחם, בשעה די פראפעסיאנעלע לוחמים זענען גאר די גרעסטע שטיצערס, וואס אן א מדינה האבען זיי נישט אויף וואס מוחה צו זיין.
און טאקע ווען עס קומט די וואך א גרויסען יו"ט פון יום העצמאות, דארפען די חברה מאכען א רוחניות'דיגע 'על האש', זיי דארפען דאנקען דער אויבישטער פון טיפסטען הארץ אשר קדשנו במצותיו והגיענו היום הזה ללחום בו עם הציונים, וואס אי לאו האי יומא קגרים, וואלט די געוואלדיגע 614'סטע מצוה נישט עגזיסטירט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7704
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 2740 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7279 מאל

Re: א לקח פון די חינוך סומאטוכע

הודעהדורך קפה נמס » זונטאג אפריל 15, 2018 8:29 am

האסט מיר אויסגעכאפט, כ'האב געוואלט מאכן אן ענליכן אשכול. נאך אן אינטערעסאנטע ענליכקייט אז ביי ביידע האט מען גענוצט די באדזשעט/תקציב צו ארויפצווינגען די געזעץ... אבער 'שתדלנות' איז נישט אונזער דרך, אונז האבן מקבל געווען די 'דרכי מלחמה'......
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 2:28 am
האט שוין געלייקט: 250 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

Re: א לקח פון די חינוך סומאטוכע

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 15, 2018 9:16 am

מעשה בליטוואק אחד,
שרצה ללמוד הרבה,
ורצה ורצה ורצה ורצה עד שפרחה נשמות.

אמער, האסט גע׳וואלט׳. צוויי וואכען האסטו געהאט צו טוהן מער ווי וועלען. מיינסט מ׳עט ווארטען אויף דיר?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7704
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 2740 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7279 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Buddy, Majestic-12 [Bot] און 2 געסט