בלאט 1 פון 1

בלומינגבורג געלאזט אויפ'ן וואסער

נשלח: דינסטאג אפריל 17, 2018 4:09 pm
דורך חתם סופר
יונגעלייט האבן ארויסגעמופט צו בלומינבערג וויסענדיג אז מ'האט זייער בעק צו העלפען מיט אלעמען. מ'האט זיי צוגעזאגט גאלדענע גליקן. גייט דורך אפאר יאהר און מ'האט זיי פארלאזט. קודם האט מען געשניטן כולל פון די צוגעזאגטע 1200 צו 700, און יעצט דאס אויך נישט. די מוסדות זענען א חורבן, אלע געברויכן זענען שרעקליך, אבער ב''ה אז די ילדי צרפת זענען מסודר.