מוסר השכל פון די צפון קארעא באפרייטע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1671
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 830 מאל

מוסר השכל פון די צפון קארעא באפרייטע

שליחה דורך בן ישי »

ליינענדיג די נייעס וועגן די דריי אמעריקאנע ארעסטאנטן וואס זענען געווארן בעפרייט פון צפון קארעא דורך די השתדלות פון פרעזידענט טראמפ אין דערנאך ווי זיי האבן זיך געטראפן מיט די פרעזידענט איז מיך דורכגעלאפן א מחשבה.

די מענטשן זענען געזעצן דארטן אין א דיקטאטארישע מדינה אינטער שווערע אימשטענדן אין געווען אפגעטוהן אינגאנצן פון דעם וועלט זיי האבן נישט מיטגעהאלטן גארנישט חוץ פון די גרויסקייט פון דער גרויסער (קליינע) פירער.

ביז ס'איז געקימען זייער גרויסע טאג ווען מ'האט זיי ארויפגעשטעלט אויף א פליגער אין ארויס געשיקט פון לאנד אין מ'זאגט זיי אז זיי גייען זיך באלד באגעגענען מיט דער וואס האט געארבעט אין ארמעגליכט זייער באפרייאונג, דער אמעריקאנע פרעזידענט אין זיין ווייס פרעזידענט אין די שטאב.
זיי קומען אן אין טרעפן זיך מיט די פרעזידענט,

וואס האבן זיי געטראכט ווען זיי האבן געזעהן אז דער אמעריקאנע פרעזידענט איז נישט קיין צווייטער ווי דער פאריקטער דאנעלד טראמפ?!

איך האב מיך פרובירט פארצושטעלן ווי נאכן דורכגיין אינטערזוכענגען אין שפיטאל אין דערנאך אנקומען אהיים אין זיך ווארעם באגריסן מיט זייערע נאנטע וואס האבן אזוי געבענקט נאך זיי אין כמעט אויפגעגעבן פון זיי נאך קענען זעהן אמאל לעבעדיג אינדערהיים, אין נאכן דערציילן אביסל פון זייער שווערע איבערלעבינישן ווי זיי האבן בעסער געוואלט שטארבן ווי זיצן צוויישן די אכזרים דארטן געבן זיי א פרעג איינעם "די קענסט מיר מסביר זיין וויאזוי דאנעלד טראמפ איז די פרעזידענט פון אמעריקע? איז ער באמת פרעזידענט? ער איז די מענטש וואס רעפענזירט ענק?"
די נאנטע צולאכן זיך אין צו וויינען זיך אויפאיינמאל זיך כאפנדיג וויפל די מענטשן האבן פארפאסט די לעצטע פאר יאר, אין זיי הייבן זיי אן דערציילן אז די דארפסט פארשטיין וויפל די וועלט האט זיך געטוישט די לעצטע פאר יאר, וויפל נידריגער די אמעריקאנע באפעלקערונג ווערט מיט יעדן טאג וואס גייט אדורך...אין די מיינסט אז דאס איז די איינציגסטע אינטערסאנטע זאך, ווארט נאר צו ביז די וועסט ארויסגיין אויפן גאס אין זעהן וואספארא צודרייטע וועלט ס'איז היינט...
אבער ער פרעגט זיי איך פארשטיי נישט ס'נישט געבליבן קיין נארמאלע מענטשן? זיי זאגן עם די דארפסט פארשטיין אז ווען די וואלסט ווען מיטגעהאלטן אלעס די לעצטע פאר יאר דא וואלסטי אלעס פארשטאנען, מ'קען זיך נישט קריגן מיט אזא וועלט, ס'איז זייער שווער דיר מסביר צו זיין אן האבן מיטגעהאלטן.

====

שפעטער האב איך געקלערט מ'קען ארויס נעמען דערפון א שטארקע מוסר השכיל.
אינז גלייבן יעדן טאג אז אט אט אין משיח וועט שוין אנקומען אין אינז באפרייען פון דעם לאנגן שווערן גלות.
שטעלטס ענק פאר וואס אינזערע זיידעס וועלן זאגן ווען זיי וועלן זעהן וויאזוי אינז זעהן ליידער אויס, אין שטעלטס ענק פאר וואס זיי וועלן זאגן ווען זיי וועלן זעהן ווער אינזער מנהיגים זענען...
זיי וועלן נעבעך זעהן וואס איז געווארן פון די עם הנבחר אין זיי וועלן פרעגן "טייערע קינדער וואס איז געשעהן מיט ענק? וויאזוי קען זיין אז ענק זענען נעבעך אזוי בשפל המצב?"

וועלן אינז ענטפערן טייערע עלטערן ענק וועלן קיינמאל נישט פארשטיין אין וואס פאר א מין וועלט אינז זענען געווען, איינער וואס האט דאס נישט מיטגעהאלטן וועט דאס קיינמאל נישט פארשטיין!
ס'איז געווען א וועלט אזוי מין נידריג מיט אזויפיל נסיונית אין וויפל אינז האבן געטוהן זיך יא צו שטארקע איז געווען באמת שווער, אין אז ענק האבן נישט מיטגעהאלטן וואס דא איז פארגעגאנגען די לעצטע יארן קענט איר נישט פארשטיין!!

זאל שוין די באשעפער העלפן מ'זאל שוין בקרוב זוכה זיין צו די גאולה שלימה אין מ'זאל זיך נישט דארפן אזוי שטארק שעמען!
דוד בן ישי עבדך משיחך

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר