דער געטרייער בן ישי

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7045 מאל

דער געטרייער בן ישי

שליחה דורך כוכב »

שבועות טוט מען אפצייכענען די לעגאסי פון דוד המלך, איינער פון די העלדישע פערזענליכקייטן אין אידישער היסטאריע.
דער בן גרים אפשטאמיגער און רויטער בן זקונים וועלכער ווערט געשיקט אין פעלד אלס שאף פאסטוכער און קומט ארויס אלס פאעטישער קאמפאזיטאר און ראמאנטישער פידלער וועלכער זינגט שורה און גלוסט צו העכערקייט אינאיינעם מיט די אונדן אויף בערג און טאל.
דוד איז א גע'רודפ'טער דורך שווער און זון אבער פול מיט ליבשאפט און פארגלויבט אין אהבה און פארגעבונג. זיין אהבת יונתן ווייסט נישט קיין גרעניץ כי אהבת נפשו אהבו, א פרעצעדענט פון אהבה לשם אהבה. כ'האב אים ליב ווייל איך האב אים ליב.
דוד גלויבט נישט אין זיין זינד נאר אין זיין אומשולד, טרויעט זיך צו פלירטן מיט רוח הקודש און מאנט השיבה לי ששון ישעך.
דוד פאראייניגט קינה און מזמור אין אן אייביגן געזאנג פון תרננה שפתי כי אזמרה לך.
באשעפער ווי בין איך דא פארקראכן...
הכלל, אונז האמיר אונזער אייגענער עבדך משיחך, דער געטרייער [tag]בן ישי[/tag] וועלכער לייגט אריין גרויסע כוחות די לעצטערע צייטן צו אפדעיטן דעם ציבור און האלטן אינפארמירט מהנעשה והנשמע, דא לינק'לע, דא א בילדל און דארט סתם א געשמאקע נייעסל, ס'איז א שווערע ארבעט וואס ווערט נישט אלעמאל גענוג אפרישיעיטעד, ובדין הוא שיטול שכרו.
לעצטנס האט ער איבערגעשפרייזט זיין צוויי הונדערטסטע לייק (ווער געדענקט נאך ווען לייקס איז געווען מער פאפולער פון ביטקוינ'ס) וואונטשן מיר אים א מזל טוב אז זיינע לייקס זאלן זיך מערן און מערן ווי דו פונטן נאך די מילכיגע סעודה און זאל אונז ווייטער קענען מהנה זיין מיט די נייעסטע מאגאזין דעקלעך און מוזיק ווידעאס און אינטערעסאנטע אפדעיטס און באריכטן פון דא און דארט און איבעראל, ביז דער גרויסער בן ישי וועט אונז קומען אויסלייזן איינמאל און א גוטס.

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר