(כמעט) דורכגעפאלענע charidy קאמפיין

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1648
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 260 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 792 מאל

(כמעט) דורכגעפאלענע charidy קאמפיין

שליחה דורך בן ישי »

אין די היינטיגע אכשר דרא'דיגע צייטן איז מען שוין געוואינט אז ווען מ'דארף שאפן געלט פאר א וויכטיגע צוועק איז אנשטאץ פון די אלטע טיי אווענטס ווי מ' דארף צוגרייטן פון אפאר וואכן פריער די עסן מתנות גורלות און אינוויטעישענס און צום סוף זעהט מען נישט קיין גרויסע רווחים, עפענט מען אויף א קאמפיין אויף די אינטערנעט און מ'שיקט עס ארום צו די חברים מ'לייגט עס אויף די וואטס עפפ סטאטוס און די וואס געבן געלט קענען אריין שרייבן א קאמענט לכבוד א חבר צו א רפואה שלימה אדער א לעילו נשמת (נאכדעם איז דא די מענטשן וואס געבן די מינימום דאנעישאן און שרייבן אז זיי הייסן טראמפ...גיי פארשטיי...) און למעשה שאפט מען אסאך מער און א שנעלערע צייט.

(איך גיי נישט יעצט אריינגיין אין די גאנצע נושא צו וויבאלד ס'גרינג נוצט מען עס צופוהל, און מ'קען דאך נישט געבן פאר אלע, און מ'ווייסט נישט וואס איז באמת וויכטיג, און מענטשן הערן אויף געבן...)

איינער פון די פלאטפארמעס פאר אזעלכע קאפיינס איז די באקאנטע charidy.com וואס זיי ארבעטן אז מ'שטעלט ארויף א קאמפיין פאר א סכום פון שעות וואס מ'מאכט אפ פון פריער אמאל איז עס 24 שעה און אמאל איז עס א וואך וויאזוי מ'וויל און מ'ברענגט מעטשערס וואס זיי געבן א דאללער פאר יעדע דאללער וואס קומט אריין און די וועג ווי ס'ארבעט איז אז ס'איז אדער אלעס אדער גארנישט, דאס הייסט אז מ'באשטימט פון פריער א גאל וויפל מ'דארף אנקומען און אויב מ'וועט נישט אנקומען ביז די באשטימטע צייט וועט יעדער צוריק באקומען דאס געלט.

99% פון די קאמפיינס קומען אן צו זייער צוהל אין צייט און אסאך קומען אן פריער און לייגן גאר צו נאך א באנוס גאול, ס'איז דא וואס מ'זעהט אז און די לעצטע מינוט זענען אריינגעקומען גרעסערע סכומים וואס קומט אדער פון נדבנים וואס האבן רחמנות געהאט אז ס'זעהט אויס מ'גייט נישט אנגעקימען אדער גאר פון די וואס האבן עס געמאכט אבער על כל פנים ווען ס'קימט די צייט זענען זיי ביי זייער גאול.

געציילטע מאל מאכט זיך וואס מ'איז נישט אנגעקימען צו די צוהל ווי זיי שרייבן אז זיי האבן א 99% סוקסעס אבער אמאל מאכט זיך אז נישט און מ'געבט טאקע צוריק די געלט.

היינט איז ארום געגאנגען א מעשה אז ס'געווען א מוסד וואס האט געהאט א 34 שעה קאמפיין צו שאפן 72 טויזענט וואס האלב דערפון קומען פון די מעטשערס למעשה ווען די קאמפיין האט זיך געענדיגט האט מען געזעהן אז ס'פעהלט 38 דאללער פון די גאול!

די בעלי בתים פון charidy זענען געווען שטארק מסופק וואס צו טוהן דא.
פון איין זייט איז מען נישט אנגעקימען צום צוהל און די מענטשן האבן נאר געגעבן מיטן דעת אז ס'גייט אנקומען און אויב נישט באקומען זיי עס צוריק. א פאליסי איז א פאליסי.
אבער פון די אנדערע זייט רעדט מען דא פון נאר 38 דאללער!
נאך א זאך וואס זיי האבן גענימען אין חשבון איז געווען אז די קאמפיין האט געהאט 540 נדבנים וואס דאס איז זייער אסאך נדבות פאר אזא קליינע גאול ווי 72 טויזענט, אסאך מער ווי א געווענדליכע קאמפיין, וואס דאס מיינט אז זיי האבן א שטארקע שטיצע און ס'לייגט זיך נישט אויפן שכל אז אויב האבן זיי מענטשן וואס שטיצן זיי אזוי שטארק זאלן זיי נישט וועלן אז ס'זאל דורכגיין ווייל ס'פעהלט א קליינע סכום, און אזוי אויך האבן זיי באקומען מעסעדזשעס פון נדבנים אז מ'זאל עס יא געבן.

הכלל ס'איז דא צוויי שטארקע צדדים און אפילו די בעלי בתים האבן אוודאי געקענט באשטיין אז מ'זאל עס יא געבן האבן זיי געוואלט מאכן זיכער אז זיי מעגן להלכה גיין קעגן א קלארע פאליסי

איז מען געגאנגען צו א דיין און למעשה האט ער גע'פאסקענט אז ס'איז זיכער אז די נדבנים האבן נישט געמיינט אז ס'וועט פעהלן אזא קליינע סכום זאל מען עס נישט געבן און מ'זאל עס יא געבן, אזוי אויך האט די ליבאוויטשע בי"ד אויך גע'פאסקענט אז מ'זאל עס יא געבן.
דוד בן ישי עבדך משיחך

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר