בארא פארק הצלה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1671
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 830 מאל

בארא פארק הצלה

שליחה דורך בן ישי »

ווען איך זעה די גרויסע ארגענעזאציעס און מוסדות מאכן דיננערס און ספענדו ריזיגע געלטער פאר מארקאטינג טוהט עס מיך אסאך מאל באדערן צו זיי וואלטן טאקע גימוזט אויסגעבן אזויפיל פאר מארקאטינג, אפשר וואלט מען געשאפן די זעלבע אן אזויפיל געלט אין די גארבעטש? און אפילו אויב מ'וועט געמאכט ווייניגער אפשר וואלט מען זיך נאך אלץ געשפארט מער?

למעשה ווען איך געב געלט פאר די פלעצער טראכט איך אייביג פון די מעשה מיט הרב מאיר שפירא (איך מיין אז ס'געווען מיט עם) וואס איז ארום געגאנגען נאך געלט פאר זיין נייע הערליכע ישיבה, האט עם א גביר אמאל געזאגט, רבי אפשר דארף מען נישט אזא שיינע ישיבה? איך וויל נישט אז מיין געלט זאל קיין פאר נישט וויכטיגע זאכן, איך וויל נאר שטיצן תורה!
האט ער עם געענטפערט אז אויב א מענטש מיינט עס ערנסט העלפט שוין די באשעפער אז זיין געלט זאל אנקומען צו די ריכטיגע פלאץ, זיין געלט וועט גיין דירעקט פארן שטיצן די תורה פון די בחורים און נישט אז ס'זאל זיין א שענערע בנין אינדרויסן...

====

הצלה פון בארא פארק פלעגט אויך זיין פון די וואס האבן געספענט אסאך אויף מארקאטינג, זיי האבן געמאכט א יערליכע אקשען וואס מ'האט אויסגעשטעלט די מתנות אין א זאל פאר דריי טעג צוזאמען מיט א גרויסע דינער וואס האט צוגעשטעלט טייערע רעדנערס און הערליכע מוזיק, וואכן פארדעם האבן זיי געהאט צעטלעך איבער די גאנצע שטאט און יעדע יאר אויפגענומען מיט נייע מארקאטינג איידיעס ווי באמפער סטיקערס, אשר יצר סיינס, קאווע גלעזלעך, ראגס זיך אפצוווישן די פוס ווען מ'קומט אריין אין ביהמ"ד, ריזיגע פראדזשעקטערס אויף די גאסן וכו'

ברוך השם אז זיי האבן דאס אויפגעהערט און דאס יאר האבן זיי פראקלאמירט א eAuction
ס'ארבעט אנליין ווי ס'דא אפאר גורלות מיט מתנות און מ'קען אויך שרייבן לכבוד וועלכע מעמבער מ'וויל געבן.

ווי וויכטיג הצלה איז דארף איך נישט זאגן!
יעדער האט זיי שוין אמאל גענוצט פאר זיך אדער פאר איינעם אין די משפחה!
הצלה איז א ארגענעזאציע וואס רעטעוועט לעבנס במלוא מובן המילה!

איז לאמיר זיי העלפן זיי זאלן ווייטער ראטעווען לעבנס און איינוועגס שטוצט די קאמפיין אז זיי זאלן זעהן אז מ'קען מאכן די זעלבע און האפענטלעך נאך מער דורך די וועג און אזוי וועלן אנדערע זיך אפלערנען און האפענטלעך וועט מען קענען שפארן געלטער פאר די צדקה'ס און מ'זאל נאר דארפן געלט פאר די וויכטיגע אויסגאבען.

בארא פארק הצלה eAuction
https://bphatzolah.org

די באשעפער זאל העלפן אז און דעם זכות זאלט איר נישט דארפן צוקומען צו זיי!
תזכו למצות.

=====

(איך מיין נישט חס ושלום אראפצורייסן אנדערע ארגענעזאציעס, נאכדערצו וואס איך קען נישט זייער ביכער צו וויסן וויפל מער מ'ברענגט אריין אזוי אבער איך האב געשריבן מיין געפוהל)
דוד בן ישי עבדך משיחך

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר