יא גיין צום כינוס; נישט גיין צום כינוס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1202 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1256 מאל

יא גיין צום כינוס; נישט גיין צום כינוס

שליחה דורך דריידל »

ווער ס'דרייט זיך די לעצטע פאר טעג אין איינע פון די סאטמערע בתי מדרשים, האט זיכער מיטגעהאלטן עפעס א שמועס דא דארט איבער די בעפארשטייענדע כ' סיון כינוס שע"י קהילת מהר"א. דער עולם גולם איז צעטומל'ט און רעדט פאר פייער און פאר וואסער נישט וויסענדיג קלאר וויאזוי דאס צו פארטיידיגן אדער אינטעררייסן.

די סומאטוכע האט זיך אנגעהויבן פאר צוויי חדשים צוריק ווען מהר"א האט געמאלדן פאר די בחורים אז ער באאויפטראגט די עסקנים צו אראנזשירן אן אסיפת הסברה פאר אלע תלמידים פון פעטער שלא כרעו לבעל הציוני. די סיבה פאר'ן אסיפה איז צוליב דעם וואס די מדינה פייערט זיבעציג יאר עצמאות ובנוסף לזה די אנערקענונג פון אמעריקא אז ירושלים איז בירת ישראל און דאס אריבערפירן די אמבאסאדע. מהר"א האט געהאלטן אז די געשעהנישן פאראורזאכט א געפערליכע בלבול המוחות און קען רייסן שטיקער פון די קנאישע לאגער און ס'פאדערט זיך א וועיק אפ קאול נישט פארשלעפט צו ווערן. צוליב די אימינענט געפאר וואס האט געהויערט, איז נישט געווען קיין צייט זיך געהעריג צאמזעצן מיט אנדערע רבנים תלמידים פון פעטער, נאר מ'האט פראקלאמירט ברבים אז מ'מאכט א כינוס און יעדער איז געלאדענט.

ה' אייר איז געקומען און געגאנגען, די אמבאסאדע האט זיך אריבערגעפעקלט אויף ירושלים און ב"ה ס'האט זיך נישט אנגעזעהן אז די סאטמערע בתי מדרשים און מוסדות זאלן זיך האבן עפעס געטוישט. אלעס פארט ווי א באן, אין ק"י האט קיינער נישט געהאנגען בלוי-ווייסע פענדלעך, אין וומסב"ג האט קיינער נישט געזאגט הלל, א.א.וו.

מ'האט אנגעהויבן ארומגיין אויפטרייבן שטיצע ביי רבנים, אבער קיינער האט נישט געכאפט וואס מ'וויל דא. וואס א שווארץ יאר מאכט מען משוגע מענטשן פאר א פרישע כינוס? קיינער פון תלמידים פון פעטער האבן זיך נישט געוואלט צושטעלן, איז געבליבן אז מ'גייט מאכן א כינוס פאר די אייגענע. ס'דא ב"ה גענוג פלייש אנצופילן א סטעדיום. איי פאר די אייגענע קען מען דאך רעדן אין ביהמ"ד? מאך אן גענעראל פארזאמלונג אין ביהמ"ד אין וומ"ס, ב"פ ק"י, מאנסי! אבער ניין ווייל צוריק גייט א קאזע. דער רבי האט דאך ברבים געמאלדן אז ער פאררופט א "כינוס כללי" נישט נאר פאר די אייגענע מענטשן, מוז מען דאך עס מאכן אויף א נייטראל פלאץ. אומר ועושה, איינגעשפאנט די עסקנים און פאר א נישטיגע האלב מיליאן דאללער איז געלונגען בס"ד ארויסצודינגען די סטעדיום און מ'גרייט זיך פאר א מעמד אזאנס און אזעלעכס, וואס זאל באלאנסירן די חיזוק וואס די זלונים האבן באקומען אין בארקלעי'ס.

עד כאן וויאזוי א דרויסענדיגער זעהט עס.

דרייענדיג זיך צווישן סאטמערע חסידים, בין איך ממש נתפעל ווי אזעלכע וואס האלטן זיך אלץ מערסט אויפגעקלערט פון אנדערע חסידיס'ן, ווערן פלוצלינג די גרעסטע שוואנצאנים. די זלונים דרייען מיט גאנצע פלפולים פארוואס מ'טאר נישט גיין צו א כינוס וואו מ'רעדט נאר קעגן ציונות בכלליות און נישט וועגן גזירות. זיי שרייען אז דער רבי האט דאס קיינמאל נישט געטון. איי דו שוואנץ, ווי קומט דער רבי דא אריין? היינט איז תשע"ח, א טאטעלי דיפרענט מציאות פון ווען די רבי איז געווען אראונד. מ'דארף קוקן וואס די היינטיגע פראבלעם איז און עס אדרעסירן. אפשר דארף מען פארן מיט א קאר פון די סיקסדיס ווייל דאס האט די רבי געהאט?!

ווידעראום די ארונים זענען אינגאנצן מבולבל. קודם הייסט עס אז מ'גייט אויפקלערן איבער די טומאת הציונות, נאכדעם שטייט אויף די צעטלעך אז מ'גייט מוחה זיין אויפ'ן שהחיינו וואס פרעמיער נתני' האט געמאכט מיט א הוילן קאפ. אן אנדערע צעטל שרייט אז ציוניזם שאפט א גשמיות'דיגע סכנה פאר אידן איבער די וועלט און מ'דארף מודיע זיין פאר די אומות העולם אז אונז זעמיר נישט קיין שטיצער פון די מדינה. בנוסף לזה פראבירט מען אריינלערנען גאנצעטע פשטים פארוואס די אנדערע תלמידים פון פעטער קומען נישט. ממש מ'דארף זיך ברעכן קאפ אויסצופיגערן וואס די אפהאלט איז, און דעריבער מאכט מען פשעטליך כאילו מ'קומט נישט ווייל מ'רעדט נישט וועגן גיוס. האלאו! מ'קומט נישט ווייל מ'ווייסט נישט פארוואס יא צו קומען. מ'רעדט נישט דא פון גוטע פריינט וואס אז מ'לאדענט קומט מען. פאר צוואנציג יאר איז מען טויט-צוקריגט און פלוצלינג ווילסטו מ'זאל דיך קומען געבן כבוד?

קאם אן סאטמורים, כ'האב געהאלטן עטץ זענטס קלוגער ווי דעם
פארדריי די דיר דיין קאפ

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר