די מענטשן-פראגע איז מסודר; צייט אז סאטמאר זאל ווערן מאטשור

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

די מענטשן-פראגע איז מסודר; צייט אז סאטמאר זאל ווערן מאטשור

הודעהדורך העניך » זונטאג יוני 03, 2018 1:02 pm

די מענטשן-פראגע איז מסודר; צייט אז סאטמאר זאל ווערן מאטשור

ס'איז צייט צו זאגן "געים אווער" פאר דעם שפיל וואס לויפט שוין פון תשנ"ט ביז תשע"ח

פון: העניך, ק"ש


אין די מינוטן פיבערט קהילת סאטמאר מיט דעם גרויסן "כינוס כללי" וואס קומט פאר היינט כ' סיון תשע"ח. אין דעם גרויסן "נעסאו קאליסיום" סטאדיום וועלן זיך צוזאמענקומען ערגעץ צווישן 12 און 18 טויזנט חסידי סאטמאר, אנגעבליך צו חזר'ן די סאטמארער התנגדות אויף דעם רעיון הציונות.

דער דאזיגער כינוס ווערט ארגאניזירט דורך האדמו"ר מסאטמאר הרב אהרן טייטלבוים, און קומט נאכדעם וואס אן ענליכע פארזאמלונג איז פארגעקומען פאראיאר ארגאניזירט דורך האדמו"ר מסאטמאר הרב זלמן לייב טייטלבוים.

הרב זלמן לייב האט פאראיאר געוויזן א געוואלדיגן כוח מיט'ן צונויפזאמלען אן ערך פון 14,000 סאטמארער אידן מוחה צו זיין אויף די ציונים, און אן ענליכן כוח וועט הרב אהרן היינט באפעסטיגן מיט זיין כינוס כללי.

לאמיר א קוק טאן אויף דעם פאראיאריגן כינוס מיט א ניכטערן בליק. לאמיר אננעמען דעם נאראטיוו אז מ'האט פשוט געמיינט כולו לה' מוחה צו זיין קעגן די ציונים. למעשה, היינט ווען איינער רעדט וועגן יענעם כינוס, רעדט קיינער נישט וועגן די דרשות קעגן די ציונים, וועגן דעם עפעקט וואס דאס האט געהאט אויף די "גזירות", וועגן דעם חיזוק וואס עס האט געגעבן פאר די "אינם מתייצבים" קרייזן אין א"י – מ'רעדט פון איין זאך: דעם כוח וואס הרב זלמן לייב האט אוועקגעשטעלט מיט'ן קענען צונויפברענגען אזויפיל מענטשן אונטער איין דאך. און דאס איז באמת דער איינציגסטער לאנג-טערמיניגער עפעקט פון דעם כינוס. ביי דעם פאראיאריגן "כינוס הרבבות" איז באשטעטיגט געווארן ווי א פאקט אז ר' זלמן לייב איז א גרויסער רבי מיט אן איינפלוס למחצה לשליש ולרביע אויף ארום 15,000 זכרים מגיל חמש ולמעלה, און ווארשיינליך אויך אזויפיל ממין הנקיבה.

און דאס איז אויך גענוי וואס דער היינטיגער כינוס גייט אוועקשטעלן. דער אנדערער סאטמארער רבי איז אויך א ריזיגער רבי, און האט אונטער זיך א געמיינדע בערך אזויפיל ווי דעם ברודער, אדער אפשר נאך מער. דאס גייט היינט באשטעטיגט ווערן אלס א פאקט.

יעצט איז דער סטיל אוועקצושטעלן די פאקטן אין סטאדיומס. אמאל איז עס געווען ביי חתונות. מ'געדענקט נאך ווען ר' אהרן האט געמאכט א ריזיגע חתונה פאר א קינד, און נישט לאנג דערויף האט ר' זלמן לייב דאס פרובירט איבערצושטייגן. אין רעאקציע האט ר' אהרן געמאכט א חתונה וואס איז געווען נאך גרעסער, און ר' זלמן לייב האט ווייטער פרובירט דאס צו מעטשן. ביי איין פונקט איז געווארן קלאר אז דער געים קריכט שוין פון דער נאז. דוכט זיך אז ר' אהרן איז ערשט מיד געווארן פון דעם שפיל, און האט געפראוועט א חתונה ביי זיך אין ביהמ"ד, און וואונדער איבער וואונדער, ר' זלמן לייב האט נאכדעם אויך פארלוירן דעם געברויך צו מאכן ריזיגע חתונות אין דעם ארמארי.

איז איינמאל דער היינטיגער כינוס וועט זיין דערנאך, און די פאקטן איבער דער גרויסקייט פון ר' אהרנ'ס ראביסטעווע וועלן שוין זיין פעסט באשטעטיגט זייט-ביי-זייט מיט דער פאראיאריגער באשטעטיגונג פאר ר' זלמן לייב, האלט איך אז מ'קען שוין לאזן דעם מענטשן-געיעג גיין שלאפן.

דער געים איז געווען פאן פאר 19 יאר, אנגעפאנגען פון דעם מענטשן געיעג צווישן ר' זלמן לייב'ס הכתרה און ר' אהרנ'ס "יסוד איתן", ביז דער מענטשן-געיעג פון די צוויי ריזיגע כינוסים. ס'איז צייט אז יעדער זאל אפמאכן "געים אווער" – און ווי מ'פירט זיך ביי א געים צווישן קליינע קינדער, לאמיר זיין ברייטהארציג און דערקלערן "יעדער האט געוואונען!"

ס'איז צייט אז סאטמאר זאל יעצט אריינגיין אין א פאזע פון ערוואקסנקייט, מאטשוריטי, און אויפהערן דעפינירן פארזאמלונגען לויט וויפיל מענטשן עס באטייליגן זיך. האט איר אמאל געזען אמעריקע און כינע זיך פארהערן צווישן זיך ווער עס האט מער מענטשן? אז ס'איז קלאר אז מ'איז גרויס און מעכטיג לאזט מען זיך אפ פון די נארישקייטן, און מען גייט צו עפעס מער באדייטפול. ס'איז צייט אז סאטמאר זאל טוישן דעם שמועס פון "וויפיל מענטשן האבן זיך באטייליגט?" צו "וויאזוי זענען די פארזאמלטע אינספירירט געווארן? וואס האט מען אויפגעטון? וואספארא פאזיטיווע שינויים האט דער רבי מחדש געווען? וויאזוי גייט אונזער לעבן יעצט זיין בעסער?"

ס'איז צייט אז די באשטעטיגטע ריזיגע רבי'ס זאלן נעמען דעם מאנדאט פונעם ציבור, און זאלן ערנסט טראכטן פון דעם אחריות וואס זיי האבן פאר דעם וואוילזיין פון די אלע מענטשן. דאס מיינט נעמען שטעלונגען אפילו זיי זענען אומפאפולער – נישט נאר אומפאפולער ווייל די שטעלונגען זענען צו עקסטרעם, נאר אויך אמאל ווייל זיי זענען צו ליבעראל.

זאל מען אוועקגיין פון א סאטמארער מסיבה און שמועסן פון דעם אהבת התורה וואס מ'האט געשעפט, פון די עצות פאר'ן לעבן, פון דעם געפיל אז די פירערשאפט קעירט פאר די אלפי החסידים. זאל מען אהיימקומען פון א מסיבה און נישט רעדן פון וויפיל מענטשן עס זענען געווען, נאר פונעם פראגראם. לערנט זיך אויס פון "בוני עולם" – צו רעדן פון וויפיל מענטשן האבן געהערט שלמה באכנער'ס דרשה איז געווען גוט פאר עטליכע יאר, יעצט דארף מען שוין רעדן פון די אינספיראציע און הנאה רוחני וגשמי.

נאך די צוויי כינוסים איז צייט אז סאטמאר זאל ווערן מאטשור. נאך 19 יאר האבן ביידע סאטמארס באשטעטיגט זייער מעכטיגקייט, און האפנטליך קומט יעצט א צייט פון סערווירן דעם ציבור וואס דער ציבור דארף פאר א ליכטיגן לעבן בגשמיות וברוחניות.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 363 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1675 מאל

הודעהדורך קלוגסטער פון אייראפע » זונטאג יוני 03, 2018 1:14 pm

איין רגע פאר מ'ענדיגט מיט די נומערן פאן מוז איך דיר פאררעכטן. אין דעם סטאדיים וואו ס'קומט היינט פאר דער כינוס פון מהר''א זענען דא 14 טויזענט זיצן אריינגערעכנט אלעס. פאריאריגע סטאדיים איז געווען איבער 18 טויזענט זיצן. מילא איז נישט שייך פאר מהר''א צו ווייזן א גרעסערע עולם ווי פאר יאר
קלוגסטער פון אייראפע
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 22
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 26, 2017 11:20 am
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

הודעהדורך העניך » זונטאג יוני 03, 2018 1:23 pm

קלוגסטער פון אייראפע האט געשריבן:איין רגע פאר מ'ענדיגט מיט די נומערן פאן מוז איך דיר פאררעכטן. אין דעם סטאדיים וואו ס'קומט היינט פאר דער כינוס פון מהר''א זענען דא 14 טויזענט זיצן אריינגערעכנט אלעס. פאריאריגע סטאדיים איז געווען איבער 18 טויזענט זיצן. מילא איז נישט שייך פאר מהר''א צו ווייזן א גרעסערע עולם ווי פאר יאר

כ'גיי דיר ענטפערן אין איינער פון די אנדערע כינוס אשכולות. לאמיר לאזן דעם אשכול פאר דעם פוינט וואס איך מאך דא, נישט פאר דעם נארישן נאמבער געים וואס איך רייס דא אראפ...
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 363 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1675 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » זונטאג יוני 03, 2018 1:39 pm

העניך האט געשריבן:
למעשה, היינט ווען איינער רעדט וועגן יענעם כינוס, רעדט קיינער נישט וועגן די דרשות קעגן די ציונים, וועגן דעם עפעקט וואס דאס האט געהאט אויף די "גזירות", וועגן דעם חיזוק וואס עס האט געגעבן פאר די "אינם מתייצבים" קרייזן אין א"י – מ'רעדט פון איין זאך: דעם כוח וואס הרב זלמן לייב האט אוועקגעשטעלט מיט'ן קענען צונויפברענגען אזויפיל מענטשן אונטער איין דאך. און דאס איז באמת דער איינציגסטער לאנג-טערמיניגער עפעקט פון דעם כינוס.


נישט ריכטיג
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2053
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 463 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יוני 03, 2018 1:46 pm

יעצט איז מיר בייגעפאללן. אז ביים גרויסן יום הדין הגדול והנורא וועללן די בויערס און דעוועלאפערס און די אייגנטומערס פון די גרויסע ספארטס סטאדיומס און קאמפלעקסעס קומען מיט א טענה צום רבוש"ע , כביכול. אז זיי האבן געבויעט די אלע סטעדיומס כדי די ערליכע אידן די קנאים זאללן קענען מאכן גרויסארטיגע כינוסים אקעיגן די ציונים און די מדינה הטמאה...וועט דער אייבישטער זיי ענטפערן. ווען עטץ בויעטץ ווען די גרויסע סטעדיומס כדי די אידישע קינדער זאללן קענען לערנען תורה. וואלט עטץ באקומען שכר. אבער אקעיגן די ציונים, ווערט נישט גערעכנט. ווייל ביי מיר עקזיסטירן נישט קיין ציונים. זיי זענען שוין פון לאנג געפגר'ט. דער לעצטער ציוני איז געווען אריק שרון. און ס'עקזיסטירט נישט קיין מדינה הטמאה. ליידער וואוינען היינט א סאך גויים אין ארץ ישראל. אבער ס'איז אויך דא ב"ה א סאך ערליכע אידן כ"י. וועלכע לערנען די הייליגע תורה און זענען מקיים די מצוות התלויות בארץ...! און די סטעדיומס זענען נאר געמאכט געווארן פאר ספארטס פארמעסטן און פאליטישע פארזאמלונגען...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 12165
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 11:57 am
האט שוין געלייקט: 13545 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7763 מאל

הודעהדורך אישתישבי » זונטאג יוני 03, 2018 1:49 pm

טאקע פאר אזעלכע מענטשן מיט שיטות ווי דיר, דארף מען דער היינטיגע כינוס.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 653 מאל

הודעהדורך חתם סופר » זונטאג יוני 03, 2018 6:49 pm

הרב לאבין זאגט ענדליך
בייגעלייגטע פיילס
Screenshot_20180603-194712.png
באניצער אוואטאר
חתם סופר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 475
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 17, 2013 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 374 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 494 מאל

Re: די מענטשן-פראגע איז מסודר; צייט אז סאטמאר זאל ווערן מאטש

הודעהדורך נעגעל וואסער » זונטאג יוני 03, 2018 7:26 pm

גלייב מיר העניך, ס'וועט דיר בעסער זיין ווילאנג זיי שלאגן זיך צווישן זיך, און זענען ביזי מיט גיוס און ציונות. אך און וויי איז ווען זיי וועלן זיך אויפוועקען און מאכן א קאמפיטישן ווער עס קען מער עקסטרים אויף זאכן וואס איז נוגע חיי יום יום! זיי וועלן נאך איבערשטייגן די גערע תקנות, סלאנים מיט באבוב אינאיינעם.
כינוס צדיקים נאה להם ונאה לעולם. די רביס האבן הנאה דערפון, און די חסידים האבן הנאה אז די רבי'ס זענען פארנומען מיטן מאכן א כינוס.

לאז געמאכט.
#אבי-נישט-צווישן-יודן
נעגעל וואסער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 538
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
האט שוין געלייקט: 1357 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 601 מאל

הודעהדורך העניך » מאנטאג יוני 04, 2018 5:19 pm

די נומערן זענען שוין אריין? שוין באשטעטיגט קליפּ און קלאר אז דער רבי ר' אהרן קען אנפילן א סטאדיום גענוי ווי זיין ברודער דער רבי ר' זלמן לייב? (אפשר אביסל מער, אפשר אביסל ווייניגער, וואטעווער – יו געט מיי פוינט.)

גוט.

יעצט איז צייט זיך ענדיגן דעם יעצטיגן 19-יעריגן פרק אין סאטמאר'ס געשיכטע, און אנפאנגען א נייעם פרק מיט'ן קעפל "די רביסטעוועס גייען ארויס פון די טינעידזש יארן."
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 363 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1675 מאל

Re: די מענטשן-פראגע איז מסודר; צייט אז סאטמאר זאל ווערן מאטש

הודעהדורך החוקר » מאנטאג יוני 04, 2018 5:56 pm

@העניך דו ביסט צו אפטימיסטיש, לויט ווי עס שיינט יעצט זענען דיינע האפענונגען פריצייטיג. סאטמער איז נאך נישט גענוג רייף צו זיין פארנומען מיט וויכטיגער'ס, דו נאמבערס געים איז פון די דברים העומדים ברומו של עולם.
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 667
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 333 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 523 מאל

סאטמאר לערנט אונז א לעקציע: אל יתייאש האדם מן הרחמים

הודעהדורך ארי נוהם » דינסטאג יוני 05, 2018 12:47 am

העניך, אינעם יעצטיגן עפאכע פון צומישעניש און בלבול הדעת, צווישן גזירת בראקעליס ענד פאטעיטא און גזירת נאסא כלה'ס-סיעם, האב איך געווארט אויף דיין בהירות אין אונזער השקפה, זיך מחזק צו זיין און אויסשרייען דעם אמת פאר די הייפעלע אידן שלא כרעו ברך לבעל (הציוני) [הסאטמוירי] פון "כוחי ועוצם ידי", היל"ת.


אבער אויב דו רעדסט דיך איין, מיט אן אפטימיסטישער בליק, אז סאטמאר האט די מעגליכקייט צו ווערן מאטשור אין אונזער צייט, ארויסצוקריכן פון די ווינדלען און ענדליך אנהייבן טון עפעס צום זאך, לאמיך דיר אנטוישן און חרוב מאכן דיין זיסע חלום.

שריי "רבונו של עולם", אבער זיי גלייך ממשיך "חלום חלמתי"...

ווען מר. בראקעליס ענד פאטעיטא אינק. איז ביזי באזוכן פינטו רבי און פראנצויזישע ברידער, און מר. נאסוידע כלה'ס-סיעם איז פארנומען שרייען אז אוירבאך האט נישט קיין מסורה אין קנאות, זעט מיר נישט אויס ווי זיי זענען גרייט ארויסצוקריכן פון זייער נארע. עטליעסט נאט עט דיס פוינט.


נאר וואסזשע דען?

טרם אפנה לדרכי ואבכה במסתרים נפשי, וויל'ך נישט אז דיינע ווערטער זאלן זיין חוזרים ריקם ח"ו. אלזא, לאמיר זיך אפלערנען פון אחב"י אשר בסאטמאר הגולה.

שוין זיבעציג יאר, כולם שוים לטובה, וואס זיי פארפירן און שרייען קעגן די מדינה הטמאה, די "מדינה של גיהנום" ווי זיי רופן עס. דער רבי האט נישט געגלייבט אז ס'וועט אנהאלטן אפאר יאר, דערנאך איז געווארן "ארבעים שנה אקוט בדור", פון דארט איז עס געווארן יובל, און נאכהער זיבעציג. על אפם ועל חמתם גייט די טריפה'נע מדינה נאך אן, און ווערט גאר שטערקער, מער סאפיסטיקירט, מער רייך, און מער אנערקענט.

אם בגשמיות כך, ברוחניות על אחת כמה וכמה. קיין העברת יהדות תימן קומט נישט פאר, קיין ילדי טעהעראן פרשיות הערט מען מער נישט, ישיבות און כוללים בליען דארט וואו אין קיין איין אנדערע לאנד, און טאקע מיט פינאנציעלע שטיצע פונעם טריפהנעם מדינה של גיהנום.

פון די כח הפועל בפיפל האט זיך זעט אויס אויסגעלאזט א זייפנבלאז, ווען מ'זעט א בני-ברק'ער יונגערמאן וואס לערנט מן הבוקר ועד הלילה, ער איז אויסגעדארט פון אונטערנערונג, קיינמאל אין זיין לעבן נישט געפארן אויף וואקאציע, ס'ווייב הרג'עט זיך פאר זיין תורה און מוטשעט זיך פאר פרנסה, און צוזאמען מיט די פאר גרייצער פון די מדינה קען מען אנגיין מיטן לעבן.

ציונות בומט אוועק ווי קיינמאל בעפאר אין קרית יואל וגלילותיה, ווי דער כוחי ועוצם ידי איז אויפן שטערקסטן אופן, דער התגרות באומות גייט אן מיט אומגעהויערע חוצפה, און מ'זעט טאקע אן די כח הפועל בנפעל ביי די אנגעפראסענע אונגערישע אידן וואס ווייקן זיך אין פלארידע ביים וואסער, און דערצילען עובדות פונעם רבין'.


וואלט זיך געלאזט קלערן, אז דער סאטמערער זעט דאך געוויס זיין ביטערע טעות פון אלע ריכטונגען. די מדינה גייט נישט אונטער, דער פרומער עולם ווערט נישט פריי אדאנק דער כח הפועל בפיפל טעאריע, סאטמאר בריקעט אויף אירע שכנים נישט מורא האבנדיג פון התגרות באומות, ציונות איז א זאך וואס ווערט נאר דערמאנט ביי איין פראקציע פון יהדות העולמית, אלזא, איבער וואס פארפירט מען און מ'ווילדעוועט?

קומען די מרנן מבראקעליס וכלה'ס-סיעם און פראקלאמירן הויך: מיר קלאמערן זיך מיט די שיטה, הגם עס קלעבט מיטן מציאות ווי סאטמאר מיט ווערן מאטשור. איי, ס'שטעלט זיך ארויס איינמאל און נאכאמאל אז די גאנצע מעשה איז א באבע מעשה? נו, מ'גיבט נישט אויף און מ'האפט אז "יבוא יום" און יעדער וועט ענדליך "איינזען" די ווייטע בליק פונעם רבין. און מיר ווארטן און ווארטן... אחכה לו בכל יום שיבוא.


בואו וניקח מוסר לנפשינו. אויב סאטמער פארשטייט אז טראץ דער ביטערער אמת פראסקעט זיי אין פנים, קען מען האפן אז איין טאג וועט זייער אמת נתגלה ווערן ווי דער עטרה ביים ברית, דאן קענען מיר אויך האפן אז איין טאג וועט סאטמער זעלבסט אויסוואקסן און ווערן מאטשור ווי דיין האפענונג איז.

יבוא יום, מעגליך אפאר יאר, מעגליך פערציג יאר, א יובל שנים, א זיבעציג יאר, אבער סוף האמת לצאת וסוף הכבוד לבוא.

און אפילו ווען אלע פאקטן פראסקען מיר אין פנים, און ווייזן מיר איינמאל און נאכאמאל ווי טיף זיי זענען אין בלאטע, און וויפיל קינדערישקייטן זיי זענען פארנומען מיט אנשטאט העלפן זייערע אייגענע חסידים, דאך גלייב איך און האף איך אז יבוא יום און יעדער וועט ענדליך איינזען די ווייטע בליק פונעם רבין ר' העניך.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 261
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 2:13 am
האט שוין געלייקט: 787 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 885 מאל

הודעהדורך העניך » מיטוואך יוני 06, 2018 8:45 am

ארי נוהם האט געשריבן:אבער אויב דו רעדסט דיך איין, מיט אן אפטימיסטישער בליק, אז סאטמאר האט די מעגליכקייט צו ווערן מאטשור אין אונזער צייט, ארויסצוקריכן פון די ווינדלען און ענדליך אנהייבן טון עפעס צום זאך, לאמיך דיר אנטוישן און חרוב מאכן דיין זיסע חלום.

שריי "רבונו של עולם", אבער זיי גלייך ממשיך "חלום חלמתי"...

יאפ, זע איך יעצט די באצאלטע דעקונג אויפ'ן פראנט פעידזש פון "די צייטונג", און ס'איז קלאר אז @ארי נוהם איז גערעכט, און איך בין נאאיוו.

חומת אש פון קרוב צו 20,000 תלמידי רבינו הק' מסאטמאר זי"ע איבערגעפילט ריזן "נעסאו קאליסיום" ביי "כינוס כללי"
פאררופן דורך שר צבא ה' כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א


חוץ די אפענע שקרים אין דעם העדליין, איז דער פאקוס נאר אויפ'ן גרויס פונעם ציבור, און צו באטיטלען האדמו"ר שליט"א מיט'ן שפאגל-נייעם מאניקער "שר צבא ה'". קיין ווארט וועגן דעם ציל, קיין מילה אחת וועגן די אינספיראציע, דער פראגראם, די תוצאות, וכו'. אלעס בלויז פראפאגאנדע.
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 363 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1675 מאל

הודעהדורך העניך » דאנערשטאג יוני 07, 2018 9:20 am

נאמבערס, נאמבערס – דאס איז אלעס. קיין ווארט ערנסטקייט, קיין ווארט העכערקייט. פראפאגאנדע און ליגנט – דאס איז אלעס וואס זיי קענען.
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20180607-WA0023.jpg
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 5:54 pm
האט שוין געלייקט: 363 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1675 מאל

הודעהדורך פיינע קאווע » דאנערשטאג יוני 07, 2018 9:59 pm

העניך האט געשריבן:נאמבערס, נאמבערס – דאס איז אלעס. קיין ווארט ערנסטקייט, קיין ווארט העכערקייט. פראפאגאנדע און ליגנט – דאס איז אלעס וואס זיי קענען.


וויאזוי לשמל וואלסטו געוואלט די קאווער זאל אויסזעהן?
אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו. ליין אינעווייניג די צענדליגער בלעטער פון דרשות
פיינע קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 475
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 8:44 am
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 347 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט