בלאט 1 פון 1

האדמו"ר בעל לב אהרן מסאטמאר: דער רבי איז געבליבן מיט'ן בארד!

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2018 9:57 am
דורך העניך
ביי דעם גרויסן "כינוס כללי" האט האדמו"ר מסאטמאר בעל לב אהרן געזאגט אז די ראיה אז סאטמאר רבי איז געווען גערעכט מיט זיינע שיטות, און אז "הלכה כמותו בכל מקום", איז אז די נאציס האבן אראפגענומען די בערד פון אנדערע צדיקים, אבער דער סאטמארער רבי האט איבערגעלעבט מיט זיין בארד.

איינער קען מסביר זיין דעם תוקף פון דער ראיה? איז דער פאקט אז דער סאטמארער רבי איז געווען אין א גרינגערן לאגער אויך א ראיה אז ער איז א גרעסערער צדיק? איז דער פאקט אז דער סאטמארער רבי האט איבערגעלעבט דעם קריג א ראיה אז ער איז א גרעסערער צדיק פון די וואס האבן נישט נאר דעם בארד פארלוירן נאר זייער גאנצן לעבן?

וועט דער סאטמארער רבי שליט"א זיין באקוועם אויב חסידים פון אנדערע צדיקים וועלן זאגן אז זייער רבי איז געווען א גרעסערער צדיק, והא ראיה דער אויבערשטער האט אים געהאלפן אויפשטעלן דורות בנים ובני בנים אז ס'זאל בלייבן דורות פון אים, און דער סאטמארער רבי האט ליידער נישט זוכה געווען דערצו?