בלאט 1 פון 1

רעזארט ווארלד קאסינא

נשלח: זונטאג יוני 24, 2018 7:18 pm
דורך ווייל אזוי
די זומער האט זיך שוין אפיציעל אדער אום אפיציעל אנגעפאנגען און מ'פאנגט אן פון פריש "זומער תשע"ח", די פעקלעך פאנגן אן זיך צו באקוועם מאכן אויף די שטויביגע שאפעס, די קאנטרי וואט'ס עפפ גראופ'ס ווערן גרעסער מיט יעדע פארבייגייענדיגן מינוט, די עולם ווערט באקוועם צווישן זיך און מ'פארארבערט שוין פונקטליך ווען די מנינים זאלן זיין, אזוי אז יעדער זאל זיין צופרידן.

די מענער וואס קומען אויף די וויקענד האבן די חזקה צו האבן די פאול יעדע פרייטיג נאכמיטאג און מוצאי שבת ווי שפילן וואלי ווערט גערעכנט אלץ א חלק פונעם שווימען.

אבער היי יאר צו אלע ענדשוימענטס איז צוגעקומען א פרישע טייערע ענדשוימענט וואס דאס איז די קאסינא וואס האט זיך געעפנט אין פעברואר.

"ריזארט ווארלד קאסינא" איז די ערשטע אפיציעלע קאסינא געעפנט צו ווערן אין ניו יארק, די קאסינא געפונט זיך אין מאנטיסעלא הארט נעבן איחוד באנגעלוי קאלני און נאך, אזש אז די אלע אידן וועלכע האבן הנאה פון די פאוקער שפיל דארפן ניטאמאל זיך אנשטרענגן אנצוקומען דארט, ס'דויערט פונקטליך 4 מינוט פון זיין באנגעלוי קאלני אנצוקומען צום ליבליכן פאוקער טיש און שפילן מיט עטליכע הונדערט דאלער און נאך אפשר מאכן מער געלט.

היי יאר וועט געפראוועט ווערן סעודות דדוד משיחא (וואס איז א סגולה פאר פרנסה) און די זאלן פון ריזארט ווארלד קאסינא, ווי מ'וועט פארציילן מעשיות פון בעש''ט הקדוש, די וואלי שפילערס וועלן זיך מוטשען מיט א מנין, בקיצור ס'גייט זיין לעבעדיג.

פון מיינע צוויי באזוכן דארט האב איך ביידע מאל געטראפן היימישע אינגעלייט פארברענגן, לאמיר האפן אז די עולם זאל האבן א הצלחה אז ס'זאל זיך כאטש אויסצאלן.