די וויידעל וואס שלעפט אונז אלע

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
מאמר קדישין
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 29, 2018 11:31 am
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

די וויידעל וואס שלעפט אונז אלע

שליחה דורך מאמר קדישין »

[center]די וויידעל וואס שלעפט אונז אלע[/center]

(C) מאמר קדישין קאוועשטיבעל 2018 - Kaveshtiebel.com

אין די לעצטע פאר וואכען האט די חרדישע וועלט געטומולט און געשטורעמט וועגען א וויידעל. יא, א וויידעל האט זיך געשאקעלט, כשכשה בזנבה, והבערה לחלק וללהב יצא, און עס פלאקערט אומעטום. אלע לאכען און שפעטען, קנאים נוצען אלס א ראיה אז זיי זענען אלעמאל געווען גערעכט. מתנגדים זאגען אז דאס ווייזט גאר אויף זייער שיטה אויף אלע חסידים. חסידים דערווייטערען זיך פון די דיבורים אז נישט זיי מיינט מען. מ'גיבט זיך נישט קיין עצה וועגן די נייע מהלך אז א מענטש מוז זיין א שוואנץ און נישט קיין באטשי. איין ר' ישעיה ב"ר משה סעודה, און דער לייב האט געברומט מתוך קופה של בשר אז יעדער מוז זיך פירען ווי זיין פערזענליכע וויידעל.
וועסטו פרעגען א שאלה, וואס גייט עס אונז אן? נאך א צודרייטע האט זיך ערגעץ אויסגעלאזט? נאך איינער האט א שלשול? קום מיט מיר צו זכרון משה שטיבלעך, וועל איך דיר ווייזען א טוץ אזעלכע חברה, וואס מאכט עס אויס פאר אונז אלע?
עס איז מיר שווער צו גלויבען אז מ'רעגט זיך איבער די 'כפירה ואפיקורסות' שבו. אמער, מ'האט שוין ארויפגעלייגט די זיגעל פון 'כפירה ואפיקורסות' אויף ציונות זה מאה שנה, און קיינער רעגט זיך נישט דערויף, עס איז נאר א מיטל ערגעץ אנדערש אנצוקומען. ווען עס איז א רעליגיעזע פראבלעם, וואלט מען זיך געקענט רואיגעהייט געקענט פארלאזען אויף די וועלטס פארזארגערס און גאט'ס פאליציי.

(C) מאמר קדישין קאוועשטיבעל 2018 - Kaveshtiebel.com


והנה שמעו נא וקבלו דעתי, און איך וועל ענק זאגען מיין הרהורים אויף דער ענין.

מיר לעבען היינט אין א וועלט אין וואס פעלט שטארק עכטע מנהיגים. עס איז דא א געוויסע כח וואס א קליינע פערצענט מענטשען האבען צו קענען פיהרען אנדערע. דער כח איז א צוזאמענשטעל פון פארשידענע כוחות, פארשטאנדען און אומשטענדען, וויאזוי מענטשען פארלאזען זיך אויף איינער, און דער איינער נוצט זיין כוחות אויסצופיהרען. ער טאר זיך נישט שרעקען פון קלייניקייטען, און דאס נישט שרעקען דארף זיין עכט, נישט געמאכט. ווען ער שרעקט זיך און ער דארף אויפווייזען אז ער שרעקט זיך נישט, איז ער פונקט אזא 'געפיהרטע' ווי א פיהרער. ער דארף קענען אויסרעכענען וואס קומט פאראויס, ארום די קארנער, און דאס נעמען פאראויס אין באטראכט. ער מוז האבען גענוג א שיטה און גענוג א פלעקסיביליטי, און די שכל מיט וועלכע זיך צו באנוצען. ער דארף זיין אביסל א רחמן און אביסל אן אכזר. ער טאר נישט זיין פערזענליך אינוועסטירט אין זיין פיהרערשאפט, אז זיין מדות זאלען זיך נישט אריין מישען.
בקיצור, ער דארף פארקערפערען אין זיך סתירה'דיגע כוחות און נטיות, און די וועלט דארף זיין גרייט פאר איהם.
אזא איינער דארף גארנישט אנצוקומען צו חיצוניות'דיגע מאכט. ער דארף נישט די דעקונג פון א צייטונג און ער דארף נישט קיין ריעל עסטעיט, נישט געלט און נישט יחוס. ווען די כוחות פארזאמלען זיך ביי איינעם, טרעפט איהם דער עולם סייווי.
נאר ווען דער עולם האט א במקום מנהיג, אן ערזאץ ווערזיע פון די מנהיגות, זען זיי נישט איין די וויכטיגקייט פון די מנהיג אמת, און די ממלא מקום נעמט אן זיין פלאץ. דער ממלא מקום איז נישט קיין משל צו דער ערשטע, לעין בוחן. אבער פאר די מאסען איז עס גענוג.
היינטיגע צייטען, איז כמעט נישט דא קיין איין מנהיג וואס איז אויסגעוויילט געווארען צוליעב זיין מעלות. אין אונזער חסידישע וועלט'ל איז עס בלויז און נאר יחוס. א מענטש ירשנ'ט פון א יורש פון א בן ת"ח א פאסטען, והנה און אט! ער איז דא און מענטשען לויפען איהם נאך.
אל תאמר, זאג נישט אז מיר קענען צוריק דרייען די זייגער. אין די וועלט לעבען מיר, און אזוי גייט עס ווייטער. איך בין נישט קיין מנהיג, און קיינער קלאמערט נישט צו הערען מיין מיינונג (א גרויסע טעות מצדם, לדעתי). אין די וועלט לעבען מיר היינט, און מיר זאלען זיך נאר נישט איינרעדען אז מיר האבען עפעס אנדערש.

(C) מאמר קדישין קאוועשטיבעל 2018 - Kaveshtiebel.com


אקעי, וואס איז ווייטער? די וועלט שטעלט זיך נישט אפ יעצט. היינט האט מען א יורש פאר יעדער שטיק ריעל עסטעיט, און יעדער רעבישע שטול, איז באוואוינט מיט א רעבישע מחילה. ער האט נישט די פירערשאפט טעיטיגקייט, ער פארשטייט נישט און האלט נישט ביים פארשטייען וואס מ'דארף צו פיהרען אן עדה. וואס טוט ער?
יעדער ווייסט די תשובה. ער קוקט זיך אום, און ער טוט וואס יעדער טוט. ער פיהרט טיש פונקט ווי יעדער, ער מאכט מסע קודש'ס פונקט ווי יעדער. היינטיגע רבי'ס זענען נישט זעלבסטשטענדיג, זיי קוקען איינער אויף די צווייטע. אפילו ווען א רבי וויל עפעס מחדש זיין, קוקט ער וואס יענער האט מחדש געווען און ער גייט נישט ארויס פון די ראמען פון אנדערע 'חידושים'.
און דא קומען מיר אן צו די פראבלעם.
ווען איין רבי האט אן אויסברוך און ער איז מחליט אז שייטלעך מוזען קורצער ווערען, וועלען מיר זאגען 'אקעי, דאס איז די פראבלעם פון יענער חסידות מיט יענער נומער, עס איז נישט מיין פראבלעם'. אבער לא מחכמה אמרת זאת. ברגע איין רבי טוט אזוי, האט ער געשלעפט די ראמען פון 'נארמאל' אביסל צו א זייט, און אנדערע מעגען נאכמאכען. ווען איין רבי שיקט (וואס? געשיקט? ער וועיסט דאך גארנישט דערפון!) א בחור'ל צו פארברענען דער שטוב פון א צווייטען, האט ער לייכטער געמאכט פאר א צווייטע רבי אזוי צו טוהן. ווען איין רבי פאדערט פון יעדער ארימאן צוצושטעלען געלט פאר זיין ריזיגע בנין פון וואס ער חלומ'ט זייט זיין קינדישע יארען, קען א צווייטער רבי טוהן אזוי אויך. יעדער רבי איז אנגעוואנדען אויף די אנדערע, אפילו ווען זיי מאכען אן אנשטעל פון 'מלכות' און אויבער חכמה.

דער אויסברוך פון שוואנצאנות איז להדיא יא אונזער ביזנעס. דער יורש פון דיין קרעמעל וועט לייכטער קענען פלוידערען די ווערטער אדער ענליך, ווען ער זעט אז הרב מנדלי מוויזניץ האט גארנישט דערלייגט דערפון. קיין איין וויזניצער שטיבעל האט זיך נישט פארמאכט מחמת מיעוט המשתתפים צוליעב זיין אנטדעקען זיין שלעכטע מדות הטמון בארבו. וואס מיינסטו וועט דיין רבי טראכטען ווען ער וויל פאדערען א גרעסער מאס שוואנצאנות פון דיר? ער וועט זיך שוין ווייניגער שרעקען. אוודאי וועט ער נישט גייען אזוי ווייט ווי דער פון בני ברק, אבער די ראמען זענען שוין ברייטער געווארען.

דאס איז להדיא יא אונזער ביזנעס, וע"ז ידוו כל הדווים.

(C) מאמר קדישין קאוועשטיבעל 2018 - Kaveshtiebel.com

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר