בלאט 1 פון 1

וועלקאם בעק

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2018 2:42 pm
דורך קומזיץ
מורי ורבותי עס מאכט זיך אסאך מאל אז א אקטיווע געשמאקע ניק ווערט פלוצים פארשווינדען אן איבערלאזן שפירען און עס שאפט א חלל דא און שטיבל , אונז וויל מיר נישט עס זאל געשעהן האמיר שוין געפענט א "פארשווינדענע ניק" אשכול צוריק צו שלעפען די פארלוירענע ,
אבער עס העלפט א הויקער ,
האב איך געטראכט מ'האט שוין פרובירט מיט בייזן מ'ווערט קאטעגאריזירט אלץ פארשווינדענעם
אבער אן קיין סוקסעס..
לאמיר פרובירן מיט גיטן , עס מאכט זיך אמאל אז א פארשווינדענעם פאלט דא אריין מיט א תגובהל'ע לאמיר אויסניצען די געלעגענהייט און עם אויפנעמען מיט ביידע הענט אפשר וועט ער פארבלייבן דא פאר א וויילע,

איך וועל אנפאנגען מיט די מייסטער שרייבער "שלום שטיסל"
ויהי כחצות הלילה און פון א אינטער טירל האט זיך באוויזן א געשטאלט ער האט געמיינט מ'וועהט נישט באמערקען.. שלום!! וועלקאם בעק ווי אלל מיססעד יא
נעמט די פעדער און היינט
און די שטיבל ווערט ווערן באשיינט