בלאט 1 פון 1

להגביר ימין על השמאל - וועקער 13

הודעהפורסם: דאנערשטאג יולי 26, 2018 5:18 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די אשכול איז פאר מיין מעשה אין דער וועקער 13. די מעשה איז פון א פלינקע סוחר וואס ווייסט וויאזוי אויסצונוצען מענטשענ׳ס שוואכקייטען פאר זיך.

ביטע ליינען און רעאגירען, וזה חלקי מכל עמלי.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: להגביר ימין על השמאל - וועקער 13

הודעהפורסם: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 1:11 pm
דורך אויסער געווענדליך
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.........

וויאזוי קומט אויף די קאפ מיט אזעלכע מעשהס? א גאנצע וועלט אויסגעמשלט, א נייעם פלאנעט אנטדעקט, און אלס אויסצוזידלען א נער פון זיין געלט!

אהא, יעצט כאפ איך שוין פון ווי עס קומט. זייער שטארק! כה לחי!

Re: להגביר ימין על השמאל - וועקער 13

הודעהפורסם: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 1:34 pm
דורך נעגעל וואסער
זייער הנאה געהאט פון די ארטיקל.
דאס איז ידידנו @ליטוואק פון א נייעם פערספעקטיוו.
קיפ איט אפ!

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 3:52 pm
דורך הוגה
עס איז א זיסע מעשה? איך ווינדער מיר נאר אויב ס'דא עפעס א טיפע משמעות אין דער סיפור. וואס איז דער נמשל?

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 4:45 pm
דורך קורקלענד
געלייענט איבער שבת. ס'פיינע נייעס. געווען א גוטע עונג שבת. ס'איז א אנדערע כדומה'דיגע פארמאט פון די מעשה איבער די קעניג וואס איז געגאנגען נאקעט. יש''כּ ליטוואק/אביגדור.

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 4:54 pm
דורך נולד מאוחר
דו מעשה האט מיר מעורר געווען אז סאיז יתכן אז מיין דרייוו צי לערנען און דאווענען, צי זיין פרימער פון מיין שכן, קומט פונעם זעלבען שורש ווי דו דרייוו צי מאכן א שענערע חתונה , דרייווען א שענער קאר, שיינע הויז.

Re: להגביר ימין על השמאל - וועקער 13

הודעהפורסם: זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 1:57 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
א גרויסן ייש"כ הער ליטוואק פאר דיין שיינעם ארטיקל.
קודם ווען כ'האב געזען דעם קעפל פונעם ארטיקל להגביר ימין על השמאל, בין איך געווען זיכער אז דאס האט עפעס א שייכות מיט קבלה, האב איך עס איבערגעלאזט צו ליינען מער צום סוף, צוזאמען מיט ארי נוהם'ס ארטיקל פון ספר יצירה, אבער גלייך נאך קריאת שמע, אזוי צווישען שמע און המפיל האב איך נאר אנגעהויבן בליקן די ערשטע שורות, און כ'האב עס שוין נישט געקענט אראפלייגן מער ביז כ'האב עס דורך געליינט אינגאנצן. דעם עונג שבת וואס איך האב געהאט דערפון די געלעכטער וואס דאס האט צוגעברענגט איז געווען געוואלדיג. די מעשה האסטו אליינס מחבר געווען?? כ'האב געוויסט אז דו ביזט א געלונגענער שרייבער אבער אהער צו שטעל א סצענע, פשיהא!! און נאך מיט אזא באהאלטענעם קעפל.
עניוועי, ליטוואק, כ'האף אז אינעם נעקסטן וועקער וואס האפענטליך קומט ארויס אויף סוכות וועסטו נאכאמאל מהנה זיין דעם עולם, כ'בין זיכער אז כ'בין נישט דער איינציגסטער ליינער וועם די האסט געמאכט לאכן.

הודעהפורסם: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 9:09 am
דורך שצם_חנכל
א זיסע מעשה׳לע דאס, כ׳האבּ פיין צאמגעלאכט...

כ׳שטעל מיך פאָר דער איז מסתּמא אנ׳עלטער זיידע פון אונזער היינטיגע נר מצוה