נחמו נחמו עמי

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7130 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8162 מאל

נחמו נחמו עמי

שליחה דורך ונבנתה העיר »

כ'האב אן ערנסטע חקירה. איז שבת נחמו א דין אינעם מנחם, אדער אין די מנוחמים? אז דער מנחם נחמ'ט, אבער די טארגעט-אוידיענץ נחמענען זיך נישט, קען מען נאכאלס עסן לאקס מוצאי שבת נחמו?

אז א בוים פאלט אליין אין וואלד, מאכט עס אויך א קול? אדער ווי די לצים פרעגן, אז א מאנספערזאן געפינט זיך אליין אין וואלד, איז ער אויך אומגערעכט?

---------

ר' מענדל פוטערפאס ז"ל פלעגט דערציילען איבער א וואנדעריגער מוזיקאנט אין רוסלאנד וועלכער האט געהאט מיט זיך א צען יעריגען יתום, ער פלעגט אים צאלן עטליכע גראשן, און יענער האט געדארפט קלאטשען צו די מוזיק און אויסשרייען: פרייליכער! פרייליכער!

איין טאג האט זיך דער יתומ'ל פארזינדיגט צום מוזיקאנט, עפעס האט ער אנגעווערטשאפט. דער ארבעטסגעבער האט אים דערלאנגט א מנה אפיים, און דער יונגל האט אנגעהויבען וויינען.

דערווייל האט דער מוזיקאנט אנגעהויבען שפילן. איז נישט דא קיינע מעשיות, און וויינענדיגערהייט האט ער אויסגערופען: פרייליכער! פרייליכער!

----------

פארשטייסטע מעך?

דאס לוח ווייזט שוין חמשה עשר באב, הגיע זמן גאולתכם. זיי מוחל וויש זיך אפ די נאז און זיי זיך מנחם.

אזוי האב איך געהייסען.

נַחֲמוּ נַחֲמוּ עַמִּי יֹאמַר אֱלֹהֵיכֶם.

וואס? וואו? ווען? ס'איז א דין אזא? נחמו נחמו? מיט וואס ביסטו דען מנחם?

דַּבְּרוּ עַל לֵב יְרוּשָׁלַ‍ִם וְקִרְאוּ אֵלֶיהָ כִּי מָלְאָה צְבָאָהּ כִּי נִרְצָה עֲו‍ֹנָהּ כִּי לָקְחָה מִיַּד ה' כִּפְלַיִם בְּכָל חַטֹּאתֶיהָ.

אוי האסטו אריינגעהויבען... הא? געדענקסט נאך דעם שמייסער, וואס? - יעצט שמייכל.

קוֹל קוֹרֵא בַּמִּדְבָּר פַּנּוּ דֶּרֶךְ ה' יַשְּׁרוּ בָּעֲרָבָה מְסִלָּה לֵאלֹהֵינוּ.

מאכטס פלאץ! מעיק וועי! דער רבי קומט.

די עסקנים, די סדרנים, אלע זענען אין אווער-דרייוו, ס'טוט זיך טישען און בענק:

כָּל גֶּיא יִנָּשֵׂא [כ'בין אן אלטער שטיצער פון געי מערידזש...] וְכָל הַר וְגִבְעָה יִשְׁפָּלוּ וְהָיָה הֶעָקֹב לְמִישׁוֹר וְהָרְכָסִים לְבִקְעָה.

וְנִגְלָה כְּבוֹד ה' וְרָאוּ כָל בָּשָׂר יַחְדָּו כִּי פִּי ה' דִּבֵּר.

אוי העט זיין א כבוד בית וויזניץ.

-----------

נו, געגאנגען.

קוֹל אֹמֵר קְרָא.

דער רבי קומט שוין אריין.

וְאָמַר מָה אֶקְרָא?

וואס דרייסטו מיר א קאפ?

כָּל הַבָּשָׂר חָצִיר וְכָל חַסְדּוֹ כְּצִיץ הַשָּׂדֶה.

מען האט זיך ערשט קוים אויסגעטון די געשטרייפטע לאגער-בגדים.

יָבֵשׁ חָצִיר נָבֵל צִיץ כִּי רוּחַ ה' נָשְׁבָה בּוֹ, אָכֵן חָצִיר הָעָם – דער עולם איז גוט אין דער ערד.

-------

נע... לא משנה.

יָבֵשׁ חָצִיר נָבֵל צִיץ, וּדְבַר אֱלֹהֵינוּ יָקוּם לְעוֹלָם.

בלוט זאל זיך גיסן, אבער געטרייסט זאל מען זיין.

----------

באט אן דע אדער הענד...

ער איז דאך אזא ראמאנטיק. ער דארף קיינע דברי שכל נישט רעדן. ער צינדט אן פיין-שמעקענדע לעכט, שפילט אויף פרענק סינאטרא'ס א פלאטע, און נעמט מיינע מידע באקן אין זיינע גרויסע האנט-פלאכן.

נַחֲמוּ נַחֲמוּ עַמִּי...

טרייסט זיך, שעפעלע...

דַּבְּרוּ עַל לֵב יְרוּשָׁלַ‍ִם וְקִרְאוּ אֵלֶיהָ, ער רעדט דירעקט צום הארץ מיינע. מיין טייערע ליבלינג, קום אהער, פארמאך די פארוויינטע אויגן.

כִּי מָלְאָה צְבָאָהּ כִּי נִרְצָה עֲו‍ֹנָהּ כִּי לָקְחָה מִיַּד ה' כִּפְלַיִם בְּכָל חַטֹּאתֶיהָ.

איך האב דיר וויי געטון... איך ווייס. אוי, האביך דיר וויי געטון...

און ער גלעט מיין בלאסע שטערן.

----------

איר זעט, יעדע מעשה האט אויך אן אנדערע צד.

פרעזידענט טרומאן האט אמאל פארלאנגט: ברענגטס מיר אן איין-האנטיגער עקענאמיסט.

יעדער אנדערער זאגט אלעמאל "וועל, אן דע אדער הענד"...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר