די גרינדונג פון טאון אוו סעווען ספרינגס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19744
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24836 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15054 מאל
קאנטאקט:

די גרינדונג פון טאון אוו סעווען ספרינגס

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער בלאט פון די פארגאנגענע וואך (פ' ראה) אין די ציבור אפטיילונג ברענגט א באריכט איבער דעם פאקט אז עטליכע פראפערטי אייגנטומער אין די מאנרא געגנט האבן אריינגעגעבן אן אפליקאציע צו גרינדן א נייעם טאון מיט'ן נאמען..."טאון אוו סעווען ספרינגס"...אויף א שטח וואס איז דאפלט אזוי גרויס ווי די עקזיסטירנדע שטאט קרית יואל...!

איך ווייס נישט ווער ס'שטייט אונטער דעם איניציאטיוו. פריוואטע סוחרים. אדער גאר די עסטאבלישמענט. פי' די רבי און די מוסדות...!

מיר עגבערט די שאלה. וויאזוי קענען מענטשן וואס זייער גאנצע מהות איז האקן אויף..."ארץ ישראל השלימה"...און התגרות באומות. אויף אלע געשעעהנישן וועלכע שפיעלן זיך אפ אין ארץ ישראל. און א יעדע זאך און א יעדער מענטש אדער ארגאניזאציע וואס איז פארבינדן מיט דעם. האלטן זיי אין איין האקן אויף זיי . און זיי פארדאמען מיט די שטערקסטע אויסדרוקן. אין די זעלבע צייט פראקטיצירן זיי דאס און נאך ערגערס דאהי אין אמעריקע.

מילא אין ארץ ישראל. דאס איז כאטש א אידיש לאנד. (וואס הגם לויט די שיטה טארן אידן נישט האבן קיין שלטון אין ארץ ישראל פאר ביאת המשיח. אבער סאטמאר איז דאך נישט אזוי פארדרייט ווי נטורי חרתא וועלכע ארבעטן צוזאמען מיט די אראבישע רוצחים אקעיגן די אידן.) אבער אין אמעריקע. על אדמת נכר. וואו אונז זעמיר לכל הדיעות נאר אין גלות. גייט מען און מ'פראקטיצירט אפן התגרות באומות אויף אן אפענעם און אגרעסיוון וועג. יא. קריות יואל וואקסט ב"ה. און ס'ווערט א ביסל ענג. דאס פלאץ. אבער ס'איז דא אנדערע אופנים דאס צו טון...! און אין די זעלבע אויסגאבע פונ'ם בלאט רעדט מען פון די .."געמיינע און פרעכע התגרות באומות":... פון די רעליגיעזע ציונים...!

איך פרעג די שאלה מיט'ן גאנצן ערנסטקייט. איך ווילל הערן א גוטן תירוץ...!

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר