וואס גייט פאר מיט ליפא?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

וואס גייט פאר מיט ליפא?

הודעהדורך בית יוסף » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 3:57 pm

עס דרייט זיך א וויערל א קליפ ווי ליפא זאגט אז מענשן פרעגן מיר ווי איז מיין נעקטיי ווי איז מיין .. ווארעוור פארוואס גיי איך ווי מיין טאטע
נו איז וואס גייט פאר ער מייט עס ערנסט אדער ער איז שוין בארד א ביסל
בית יוסף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2018 6:37 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 4:17 pm

דער האט צוריקגעדרייעט דעם זייגער.

לעצטענס איז געשעהן עפעס ענליכס (כאטש אויסערליך) מיט א פראמינענטע או טי די, איינער וואס האט געדינט אלץ דוגמא פון 'זיין סוקסעספול כאטש ער איז אפגעפארן', למעשה האט ער געהאט עפעס שווערער צייטן און איז געווען האספיטאליזירט, און דער איינציגער וואס האט זיך געקימערט איבער זיין שיקזאל איז געווען זיין זעליגער פאטער, און דאס האט אים א שטיקל ציפ געגעבן און ער האט אויסגעדרייעט דעם דאשיק.

וואלט געווען כדי אויב איינער פון די טאלאנטפולע שרייבער דא זאלן עפענען א אשכול איבער דעם און באשרייבן די פרעצעדענטלאזע ערשיינונג. דערווייל טאקע נאר ביי א פאר שטארקע יחידים, אבער זיי טרעטן אויס א וועג פאר די דזשענעראל או טי די סאסייעטי צו חוזר זיין בתשובה, פארשטייט זיך נאכדעם וואס די אילוזיע פון לעבן 'פריי' אן 'פרעשור' נישט מיט די 'סיסטעם' וכו' ווערט ביי זיי רעאליזירט אלץ טאקע נישט מער פון א אילוזיע.

איך גיב א געוואלד מיט קרעדיט פאר די וואס טוען דאס, ס'נעמט א געוואלד מיט קוראזש.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1020
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 868 מאל

הודעהדורך סמבטיון » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 4:45 pm

איך האב שוין געשריבן אפאר טעג צוריק אז עפעס קאכט זיך ביי ליפא, איך האב עס באמערקט ווען ער האט אויף איינמאל צוריק אנגעטוהן א לאנגע רעקל מיט א שווארץ קאפל. , גראדע 5 מעניט צוריק האט ער געגעבן זיין לעצטע שני וחמישי דרשה, איך בין נישט באהאווענט מיט אראפ ברענגן לינקס. ער דאנקט דארט פאר א רייע מענטשן וואס האבן אים געהאלפן מאכן זיין לעצטע טרענזישן. עס איז צום האפן אז עס עפנט זיך אויף א טיר פאר א פאר קנאקעדיגע נייע ארגינעלע ליפא סידיס.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1087
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 899 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1129 מאל

Re: וואס גייט פאר מיט ליפא?

הודעהדורך קל וחומר » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 4:51 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:דער האט צוריקגעדרייעט דעם זייגער.

לעצטענס איז געשעהן עפעס ענליכס (כאטש אויסערליך) מיט א פראמינענטע או טי די, איינער וואס האט געדינט אלץ דוגמא פון 'זיין סוקסעספול כאטש ער איז אפגעפארן', למעשה האט ער געהאט עפעס שווערער צייטן און איז געווען האספיטאליזירט, און דער איינציגער וואס האט זיך געקימערט איבער זיין שיקזאל איז געווען זיין זעליגער פאטער, און דאס האט אים א שטיקל ציפ געגעבן און ער האט אויסגעדרייעט דעם דאשיק.

וואלט געווען כדי אויב איינער פון די טאלאנטפולע שרייבער דא זאלן עפענען א אשכול איבער דעם און באשרייבן די פרעצעדענטלאזע ערשיינונג. דערווייל טאקע נאר ביי א פאר שטארקע יחידים, אבער זיי טרעטן אויס א וועג פאר די דזשענעראל או טי די סאסייעטי צו חוזר זיין בתשובה, פארשטייט זיך נאכדעם וואס די אילוזיע פון לעבן 'פריי' אן 'פרעשור' נישט מיט די 'סיסטעם' וכו' ווערט ביי זיי רעאליזירט אלץ טאקע נישט מער פון א אילוזיע.

איך גיב א געוואלד מיט קרעדיט פאר די וואס טוען דאס, ס'נעמט א געוואלד מיט קוראזש.
די סיבה פארוואס אסאך או טי די'ס קומען צוריק איז וויבאלד זיי זענען צוגעוואוינט צו א לעבן מיט משפחה און נאנטע קאמיוניטי וואס איז אוממעגליך צו ערזעצן ווען איינער אנטלויפט פון זיין משפחה און געזעלשאפט.
דאס צייגט אבער נישט וועלכע לעבנסשטייגער איז בעסער ווען מען וועט צוגלייכן א פרייע משפחה לעבנסשטייגער לעומת א פרומע משפחה (וואס איז כולל אסאך אנדערע דרגות).
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1873
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2887 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2677 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 4:57 pm

בית יוסף האט געשריבן:עס דרייט זיך א וויערל א קליפ ווי ליפא זאגט אז מענשן פרעגן מיר ווי איז מיין נעקטיי ווי איז מיין .. ווארעוור פארוואס גיי איך ווי מיין טאטע
נו איז וואס גייט פאר ער מייט עס ערנסט אדער ער איז שוין בארד א ביסל

בייגעליייגט לינק צום קליפ
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 196 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 5:24 pm

@קל וחומר

די פאר באקאנטע או טי די'ס וואס זענען צוריקגעקומען האבן געהאט זייער אסאך סאשעל סאפארט, מ'רעדט נישט פון קיין לוזערס וואס האבן זיך דערזעהן אין שעלטער נאכן פארלירן די הונדערטסטע דזשאב. מ'רעדט פון מוצלחים. און זיי האבן שוין געהאלטן היבש לאנג נאך זייער אפקער.

איך זאג נישט קיין החלטות, נאר אבזערוואציעס.

אדרבה זאלן זיי אליינס פארציילט וואס האט זיי צוריקגעשלעפט, און צו זיי וואלטן געראטן איינעם צו טוהן וואס זיי האבן געטוהן
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1020
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 881 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 868 מאל

הודעהדורך בת קול » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 6:03 pm

ליפא אנאנסירט אז ער גיבט אויף שעיני וחמישי.
Voices of the demons
באניצער אוואטאר
בת קול
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 527
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 3:34 pm
געפינט זיך: שטענדיג דא
האט שוין געלייקט: 771 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 734 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 6:09 pm

לפענ"ד זענען דא עטליכע קלאסן פון או.טי.די. קליענטן. פי' די וועלכע פארלאזן די שטרענגע רעליגיעזע אפהיטונג. אזוי ווי שמירת שבת. עסן כשר'ס און דאווענען (טעגליך).

איין גרופ פון נושרים קומען פון אומ-סטאבילע משפחות. וואו ס'איז נישט דא קיין שלום בית. מ'קריגט זיך ארום אייביג. או די עלטערן זענען ..."נישט אויפ'ן זעלבן פעידזש"...!

נאכדעם איז פארהאן א צווייטע קלאס פון בחורים און מיידלעך וועלכע פאללן אוועק פון די רעליגיע צוליעב די אומ-נויטיגע און שעדליכע פרעשור פון די עלטערן. (מערסטנס דער טאטע). וועלכע לייגן פרעשור אויף די קינדער ביי א יעדע זאך. ווי למשל זיצן מיט שטרענגקייט ביי א שבת ויו"ט טיש. און אנשרייען די קינדער פארוואס זיי זינגען נישט זמירות גענוג הויעך און מיט א ברען. אויך. אז מ'מוז זיצן מיט'ן הוט און רעקל ביי די גאנצע סעודה. און מ'טאר נישט לייכט שמועסן אדער פארברענגען.

אט די אומ-נויטיגע פרעשור וואס די עלטערן פראקטיצירן אויף די קינדער קומט פון א גילטי פיעלינג וואס איינער אדער ביידע פון די עלטערן האבן איבער זייער נישט ערליכע אויפפיהרונג פון זייער אייגענע יוגנט.

אין צוגאב צו דעם פאקט אז מ'לערנט נישט איבער אמונה און קיום המצוות אין די חדרים און ישיבות. און וואס די קינדער טוען איז נאר כמעשה קוף בעלמא. אן שפירן א טעם אין קיום המצוות. נו, ווילאנג קענמען דאס אנהאלטן. זיי ווערן סוכ"ס מיעד פון דעם און זיי לאזן אלעס אפ.

אויך איז דא א טייל קינדער וועלכע ווערן אפגעשוואכט אין אידישקייט ווייל זיי זעהען היפאקריטישקייט ביי איינס אדער ביידע פון די עלטערן...! למשל, ווען דער טאטע שרייט אויף זיין יונגל אין ביהמ"ד נו, דאוון הויעך...! און דער יונגל זעהט ווי דער טאטע לויפט ארום אין ביהמ"ד פון רעכל צו מעכל און שמועסט און שטערט אנדערע פון דאווענען. אדער ווען דער יונגל הערט אין שטוב ווי דער טאטע בארימט זיך אז ער האט ..."געמאכט זייער א גוט געשעפט"... ער האט גוט אויסגעשפיעלט אן אנדער'ן מענטש...!

איך ווייס פערזענליך פון א פאל ווי אין א משפחה די מאמע איז געווען א גרויסע סוחר'טע און א דריי-קאפ. און זי האט אויסגעשפיעלט מענטשן פון געלט. און זייער זוהן איז אויסגעוואקסן א פאלנער גנב און דראג עדיקט. און ר'איז געווען ארעסטירט. איך ווילל נישט ארויסשרייבן מער פרטים מפני חשש גילוי. ווייל ס'איז דא ווער ס'קען די משפחה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14615 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8368 מאל

הודעהדורך גראף » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 6:18 pm

ליפא איז (געווען) או.טי.די.?
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 888
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 695 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 6:21 pm

גראף: שלום עליכם... דו האסט געוואוינט אויף די לבנה...?!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14615 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8368 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 7:10 pm

בארג אראָפּ איז זייער גרינג, אבער צוריק ארויף צו קוקן און זעהן ווי שטארק מ'איז געפאלן און נעמען די קוראזש צוריק ארויף צו קריכן, פאר דעם קומט אסאך קרעדיט. לדעתי איז איצט די צייט איהם צו אפלאדירן און שטארק מחזק זיין. ווייל ס'איז פיהל שווערער זיך צוריקצודרייען ווי זיך אוועקצודרייען, צוריקקומען איז א פיהל גרעסערע טשעלענדזש, זאל איהם דער אויבערשטער העלפן אז ס'זאל זיין גרינג און געשמירט און די עולם זאל שנעל פארגעסן.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1857
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1661 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 7:15 pm

קורקלענד האט געשריבן:בארג אראָפּ איז זייער גרינג, אבער צוריק ארויף צו קוקן און זעהן ווי שטארק מ'איז געפאלן און נעמען די קוראזש צוריק ארויף צו קריכן, פאר דעם קומט אסאך קרעדיט. לדעתי איז איצט די צייט איהם צו אפלאדירן און שטארק מחזק זיין. ווייל ס'איז פיהל שווערער זיך צוריקצודרייען ווי זיך אוועקצודרייען, צוריקקומען איז א פיהל גרעסערע טשעלענדזש, זאל איהם דער אויבערשטער העלפן אז ס'זאל זיין גרינג און געשמירט און די עולם זאל שנעל פארגעסן.

האט ער אבער דען א צווייטע ברירה (אויסער אריינטאנצן אין האדסן)?
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 196 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 8:31 pm

היינט איז שוין דא א נייע זאך א בעסערע זאך , מען טוט וואס מען וויל אבער וואס מען וויל, אלעס! (כמעט) און מען בלייבט געהעריג אין די קאמיוניטי כדגמת ....
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1481
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 838 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 769 מאל

הודעהדורך היכי דמי » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 10:14 pm

פון לעצטיגע קליפס וואס פארן ארום פון אין זעהט מען קלאר אז ער פרובירט צו מאכן א שיינע דריי צוריק דעם זייגער, ער גייט מיט א ווייסע העמד און א שווארצע קאפל, און רעקל, א זאך וואס מען האט אים שוין נישט געזעהן דערמיט יארן.

מיין שאלה איז צו די פרומע עולם וועט אין צוריק עקסעפטען, איך מיין אז נישט. אויף די טמנ׳ע איי וועלט האב איך שוין געזעהן א העסליכע קאמענט פון איינעם אז אזא איינער דארף זיין אראפ פון די מאפע...

איך פריי זיך זייער פאר זיין אקט, פשוט פאר זיין הערליכע סידיס וואס ער גייט ארויסגיבן.

אזוי צו אזוי, איז ליפא א שטארקע מענטש, און מען דארף ארויפקוקן אויף אים פאר׳ן זיך נישט שעמען, און צוריק ארויפקריכן אויף דעם ערליכן דרך.
היכי דמי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

הודעהדורך היכי דמי » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 10:16 pm

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שמעקעדיג אום פרייטאג אוגוסט 17, 2018 8:24 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: כפול
היכי דמי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

הודעהדורך גראף » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 10:34 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:גראף: שלום עליכם... דו האסט געוואוינט אויף די לבנה...?!

פארשטייסט נישט? איך פרעג אויב ער איז געווען א מחלל שבת (או.טי.די. בלע''ז).
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 888
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 695 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 10:47 pm

מחלל שבת אפשר פונקט נישט, אבער אויף ענליכס וואס האט אים מער געצויגן מסתמא יא.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2110
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1081 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1303 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 10:54 pm

איך בין צעמישט, געממינט האב איך אז ער האט זיך גע'גט (אויב עס איז אמת) וויבאלד זיין ווייב האט געצויגן מער צו פרימקייט, נו אז ער איז וויל דעם עול התורה והמצוות, טא, וואס איז שלעכט מיט ליפא'נען אז זי זאל וועלן אוועקגיין?...
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 196 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 11:03 pm

ס'איז נישט ריכטיק צו צונעמען מענטש'נס פריוואטע אנגעלעגנהייטן אויף א פובליק פלאטפארמע.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1857
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1661 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

הודעהדורך לבי ובשרי » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 11:38 pm

קורקלענד האט געשריבן:ס'איז נישט ריכטיק צו צונעמען מענטש'נס פריוואטע אנגעלעגנהייטן אויף א פובליק פלאטפארמע.

מאי שנא פונעם גאנצן אשכול?
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
לבי ובשרי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 11:02 pm
האט שוין געלייקט: 329 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 196 מאל

הודעהדורך קורקלענד » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2018 11:48 pm

דאס לעבן פון יעדע פובליק פיגור באשטייט פון א פובליק חלק און א פריוואטע חלק. די פובליק אנגעלעגנהייטן זענען פובליק, און די פריוואטע אנגעלעגנהייטן זענען פריוואט. וואלט ער ווען גערעדט פון זיין שלום בית ביי די שני וחמישי איז איין זאך, אבער סתם אזוי איז עס פון די פריוואטע חלקים און מ'דארף געבן רעספעקט און נישט צונעמען אין פובליק.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1857
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 1661 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

הודעהדורך אדונינו » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 12:24 am

מיר קוקט עס אויס פון אלעס צוזאמען מער ווי א פינאנציאלע החלטה, ער וויל צוריק זיינע Jobs זיין געלט, און זיין לעבן.
אדונינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 335
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 138 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 199 מאל

הודעהדורך yatzmachp » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 1:06 am

מיך אינטערעסירט נישט זיין מאטיוו. איך פריי מיך אז ער איז צוריק ווייל אין מיין אפיניען איז נישטא זיינס גלייכן אין די אידישע וועלט. זיין טאלאנט איז געמאכט פאר אונז אידן און פאר א לענגערע צייט האבן מיר עם נישט געהאט. איך קען שוין קוים ווארטן פאר זיינע נייע סחורה. איך וויל עם זייער שטארק הערן נאכאמאל גראמען אויף חתונות. ער האט וואס קיינער האט נישט.
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 150
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 12:10 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 159 מאל

הודעהדורך בית יוסף » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 1:14 am

עס איז ארימגעפאן א קליפ ווי אברהם מרדכי שווארץ זינגט פאר ליפא אין גראמען אז ער זאל צריק קימען און וואטער מהנה זאן אינזער אולם
בית יוסף
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 20
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2018 6:37 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

הודעהדורך מרדכי ישראל » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 3:32 am

לבי ובשרי האט געשריבן:איך בין צעמישט, געממינט האב איך אז ער האט זיך גע'גט (אויב עס איז אמת) וויבאלד זיין ווייב האט געצויגן מער צו פרימקייט, נו אז ער איז וויל דעם עול התורה והמצוות, טא, וואס איז שלעכט מיט ליפא'נען אז זי זאל וועלן אוועקגיין?...

און איך האב געהערט אז עס איז פונקט פארקערט
מרדכי ישראל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:00 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

נעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט