וואס גייט פאר מיט ליפא?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

הודעהדורך היכי דמי » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2018 10:34 pm

46B0DD9E-2C33-49D9-BC0B-46A3F4FE3BEA.jpeg
היכי דמי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

הודעהדורך היכי דמי » מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2018 10:35 pm

א שיינע שטריימל זיך איינגעקויפט לכבוד יום טוב.
היכי דמי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

הודעהדורך שלמה המלך » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 11:39 am

היכי דמי האט געשריבן:א שיינע שטריימל זיך איינגעקויפט לכבוד יום טוב.

ספאדיק כצ"ל
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 752
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 12:51 pm

און וואס איז מיט די גלעזער זיינע? מאדנע האט נישט קיין שיעור?
און אגב, איך פארליר שוין באלד חשבון פון וויפיל פאר ברילן דער האט האט געטוישט אין די לעצטע פאר יאר, מסתמא עטליכע הונדערט שטיק...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15101
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18103 מאל

הודעהדורך מרדכי ישראל » מיטוואך סעפטעמבער 26, 2018 3:11 pm

ביי וועלכע נומבער האסטו אויפגעהערט ציילען
מרדכי ישראל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:00 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

הודעהדורך פרישע נייעס » דאנערשטאג סעפטעמבער 27, 2018 2:58 am

איך מיין די איינציגסטע זאך וואס מען קען זאגען אויף ליפא איז סתם אז ער האט געכאפט א געזינטע 40 פלו אין וויבאלד ער איז אזוי פאפולער האלט עס די גאנצע וועלט מיט
(אגב ווער איז געווען די ערשטע צו כאפען די 40 פלו?
ר' עקיבא)
פרישע נייעס
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 6:56 am
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

הודעהדורך היכי דמי » זונטאג דעצעמבער 09, 2018 6:35 pm

א הערליכע און הארציגע שמועס די וואך אין די עמי מאגאזין מיט ליפא.

איינער האט עס געליינט דא? וואס זאגט דער עולם?
היכי דמי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

הודעהדורך מרדכי ישראל » זונטאג דעצעמבער 09, 2018 7:59 pm

היכי דמי האט געשריבן:א הערליכע און הארציגע שמועס די וואך אין די עמי מאגאזין מיט ליפא.

איינער האט עס געליינט דא? וואס זאגט דער עולם?

שיק מיך עס וועל איך עס ליינען
מרדכי ישראל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 92
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 5:00 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

הודעהדורך מיימון » זונטאג דעצעמבער 09, 2018 9:02 pm

וואס גייט פאר מיט ליפא? דאס

Screenshot_2018-12-09-19-56-51.png


און מיט אסאך אנדערע.
מיימון
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 1:17 am
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 882 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » זונטאג דעצעמבער 09, 2018 9:05 pm

דו ווייסט פאר א פאקט?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2710
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2548 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1744 מאל

הודעהדורך בן ישי » מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 3:48 am

אן אפענע בריוו צו ליפא שמעלצער

דורך: ארי ווייזער
געשריבן דורך א שרייבער וואס וויל פארבלייבן אנאנים, און טיילט מיט זיינע ווערטער דורך די שפאלטן פון אידישער ווינקל
ליפּא, וועלקאָם בעק! דו האָסט נישט קיין אַנונג מיט וואָספאַראַ עקסייטמענט איך שרייב די ווערטער. מ’קען ממש זאָגן די ווערטער וואָס יעקב אבינו האָט געזאָגט פאַר יוסף הצדיק “ראות פניך לא פיללתי”, כ’האָב נישט געגלייבט אַז איך וועל נאָך זעהן דיין פּנים.

דאָס איז נישט קיין הייפּערבולי, נאָר איך מיין עס זייער ערנסט. ס’האָט מיר געציפּט ווען דו ביזט אַוועקגעגאַנגען, און איך האָב געהאַט אינגאַנצן אויפגעגעבן אויף דיר, פּשוט ווייל אַזוי איז מיר געווען גרינגער אָנצוגיין, נישט צו דאַרפן טראַכטן אַז אפשר וועסטו נאָך צוריקקומען. אָבער ביזט דאָ צוריק! וועלקאָם בעק!

איך בין געווען פון דייינע ערשטע “פענס”. וויאַזוי ווייס איך דאָס? ווען “שמע” איז אַרויסגעקומען, בין איך געווען א בחור’ל און כ’האָב עס געקויפט. איך בין ממש “געגאַנגען ניסלעך” ווי מ’זאָגט פאַר די גראַמען. די האַרציגע ניגון “שמע ישראל”, “די העכסטע תפילה, יום כיפּור ביי נעילה, מ’שרייט די לעצטע שעה!”. ווער רעדט נאָך פון די משלוח מנות ניגון, פונעם צדיק אין קעלער, “ס’איז אומדערטרעגליך, פאַר אונז נישט מעגליך, זיך האַלטן אין מצב דעם שווערן! מיר בעטן דעריבער, ס’גיסט זיך שוין איבער, דיין וועלטעלע פול מיט טרערן!”.

הקיצור. איך האָב געשמועסט דעמאָלט מיט עטליכע חברים אין ישיבה און זיי געזאָגט איבער דעם נייעם זינגער ליפּא שמעלצער. כ’האָב געברענגט פאַר איינעם פון זיי דעם טעיפּ, נאָך געווען אין קאַסעטע פאָרעם, און יענער האָט עס אויסגעהערט און אַוועקגעמאַכט. יענער איז היינט פון די גרעסטע קאָמפּאָזירער און מוזיק מבינים ביים היימישן עולם! מיי פּוינט איז אַז איך האָב פאַרשטאַנען צו דיר, אפילו ווען די מבינים האָבן דיר אַוועקגעמאַכט…

אַלבום נאָך אַלבום בין איך ממש צוגאַנגען פון דיין טאַלאַנט. אַלס ליבהאָבער פון גראַמען און קונצליכע ווערטער-אויסלייג, בין איך געשפּרונגען מיט יעדע שורה. די איסורים, חרמים, קאַנצערטס, אַרויף און אַראָפּ, איך האָב דאָס גאָרנישט מיטגעהאַלטן, נאָר פּשוט געקויפט יעדעס יאָר די פרישע סידי און געדאַנקט אַז אידישע היימישע מוזיק האָט אַזאַ איינעם ווי ליפּא שמעלצער. אפילו דאָס וואָס דו האָסט געעפנט די שוהל, האָט מיר אויך נישט געקוועטשט. דו האָסט רעכט צו טאָן וואָס דו ווילסט.

כ’וועל דיר זאָגן נאָכמער, דיין גיין אין קאָלאָמביע יוניווערסיטי האָט מיר אויך נישט געבאַדערט. ביי מיר איז דיין מוזיק טאַלאַנט געווען אַזאַ מתנה, אַז איך בין געווען גרייט צו פאַרקוקן אַסאַך. אָבער ווען ס’האָט אָנגעהויבן אַפעקטירן די קוואַליטעט פון דיינע אלבומס, דעמאָלט האָט עס מיר אָנגעהויבן קרענקען. די לעצטע צוויי אלבומס האָב איך שוין ניטאַמאָל געקויפט, און נאָר אויסגעהערט דאָ-דאָרט ביי אַנדערע מענטשן אין קאַר. מ’האָט קלאָר געקענט שפּירן אַז דו געבסט נישט דאָרטן אַרויס דאָס וואָס דו קענסט און דאָס וואָס דו ביזט גוט פאַר.

ווען די “שני וחמישי” קליפּס האָבן אָנגעהויבן אַרומפאָרן, האָט עס מיר אָנגעהויבן שטעכן אין האַרץ, און דעריבער האָב איך זיך גענומען האַקן אויף דיר געפערליך. איך האָב פאַרשפּרייט שאַרפע בריוועלעך און לענגערע סטעיטמענטס אויף וואַטסעפּ און אַנדערע סאָושעל מידיאַ, וועלנדיג טאַקע ס’זאָל אָנקומען צו דיר. איך האָב געהאַקט און געקנאַקט, געשריבן אַז דו פאַרשפּרייטסט דיעות כוזבות און שרעקליכע כפירה, און אַנדערע שאַרפע לשונות וואָס איך האָב שוין אפילו דערפון פאַרגעסן.

מענטשן האָבן מיר באַשולדיגט אַז איך בין סתם א “העיטער” און “לאָז ליפּא טאָן וואָס ער וויל”. איך האָב באַקומען מעסעדזשעס אַז איך טשעפּע א איד און איך מוז אויפהערן. ס’איז אָבער נישט געווען העיט, נאָר זייער ווייט דערפון. דו האָסט עס דאָס בעסטע אַרויסגעברענגט אין דיין אינטערוויו אין “עמי” מאַגאַזין, אַז מענטשן וואָס האָבן דיר קריטיקירט, איז עס פּשוט געווען א פאָרעם פון ליבשאַפט, פון בענקעניש צו דער עכטער ליפּא, צום היימישן אַמאָליגן ליפּא.

לאָמיך דיר זאָגן, ליפּא: ווען איך האָב געהערט בערך צוויי חדשים צוריק אַז “ליפּא איז בעק”, האָב איך עס נישט געוואָלט גלייבן. כ’האָב געזאָגט ‘לאָמיר זעהן, געב עס א וואָך-צוויי’. נישט ווייל איך האָב נישט געגלייבט, נאָר כ’האָב אַזוי געוואָלט ס’זאָל זיין אמת און נישט געוואָלט ווערן אַנטוישט צו הערן אַז ס’איז נישט אמת. יעצט אַז איך זעה אַז ס’איז אָפיציעל, שפּרונג איך ווי א “יוניקאָרן-געביסענער” און איך שריי “ליפּא איז בעק!!!!!”.

דו ווייסט נישט ווער איך בין. דו האָסט נישט געוואוסט ווער איך בין, ווען דו האָסט געליינט מיינע קריטיק מעסעדזשעס וואָס האָבן געהאַקט אויף דיר, און אויך יעצט ליינענדיג דאָס, ווייסטו נישט ווער איך בין. איך בין טאַקע נישט פון די פּובליק פיגורן וואָס האָבן אַרויסגעהאָלפן אין דיין “קאָמבעק”, אָבער שטילערהייט נעם איך א פּראָצענט קרעדיט… פאַקטיש זאָגסטו אַליינס אַז די קריטיק האָט געווירקט אויף דיר אויף א פּאָזיטיווע פאַרנעם און פאַקטיש האָסטו איינגעזען אַז דיין קליענטעל און פינאַנציעלע סעקיוריטי ליגט אין די חסידי’שע קרייזן, סאָו ערלויב מיר צו נעמען אַביסל קרעדיט…
עניוועי, איך ווייס נישט צי דו באַגרייפסט ווי פרייליך איך בין צו זעהן, יעדע פּאָר טעג נאָך א קליפּ און נאָך א בילד וויאַזוי ליפּא זינגט ביי א חתונה מיט א שוואַרצע רעקל! איך קען קוים וואַרטן אויף די נעקסטע אַלבום! וואַטעווער די שוועריגקייטן וואָס דו ביזט אַריבער ביז אַהער און גייסט אוודאי ווייטער אַריבער, זאָלסטו וויסן אַז איך בין נאָר איינער פון טויזנטער און טויזנטער, וואָס זענען פול מיט עקסטאַז אַז דו ביזט צוריק, און איך האָף אַז דאָס מאַכט דיינע שוועריגקייטן אַביסל גרינגער דורכצוטראָגן.

אונטערגעשריבן: אַנאָנים
https://yiddishevinkel.com/archives/25866
דוד בן ישי עבדך משיחך
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1356
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 228 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 618 מאל

הודעהדורך מאך זיכער » מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 9:42 pm

כמעט זייער גוט...

עס איז קיינמאל נישט דא קיין אויסרייד אויף באשמוצן א מענטש אויף סאציאלע מידיא, אינטערסאנט אז דאס איז געשריבן געווארן דורך דעם סאושעל מידיא בוליאינג מיליטאנט... נעם נישט קיין קרעדיט אויף ליפא'ס ריטורן, איך האב פערזענליך געשמועסט מיט ליפא עטליכע וואכן נאכן צוריקקומען און ער האט מיר געזאגט אז די אלע וואס האבן אים געשענדעט און באשמוצט האבן אים מער און מער אויפגערעגט נאר וואס דען, ער האט פארשטאנען אז ער טרעט זיי אויפן הינעראויג און ער האט אויך געוואוסט אז ווען ער האלט זיך ווען אין די ראמען וואלט מען עס נישט געטון, הייסט אז כלל ישראל האט נישט מלחמה געהאלטן מיט ליפא נאר מיט ליפא'ס מהלך.

ליפא איז א מענטש וואס האט סורווייווט פרעשור פון די חרדישע קאמיוניטי און טאקע, ער האט צוריקגעפייט טיילמאל ווי א קינד אבער דאס מיינט נאכנישט אז דער וואס האט באשמוצט וועט נישט אפגעבן א דין וחשבון אויף יעדע זאך וואס ליפא האט געדראפט מחמת די באשמיצונגען.

ער האט זיך געלאזט הערן זייער הויעך און אריינגעקומען ווי כאילו עס קראצט אים נישט אבער אונטער די אלע שטארקקייטן האט זיך באהאלטן א ריינע איידעלע נשמה וואס האט אייביג געלעכצעט צו גאט און זיין תורה.

און צו דעם אנאנימער שרייבער וואלט איך גע'עצה'ט נישט צו נעמען קרעדיט נאר טון די ריכטיגע שריט און איבערבעטן ליפא'ן.

אבער איבעראלעם איז דער פונקט פון זיין בריוול אקצעפטירט און אינדארסירט דען יעדער איינער האט געווארט אז ליפא זאל צוריקקומען ווייל חוץ פון געציילטע פארקויפט נישט די היינטיגע חסידישע מוזיק אינדארסטרי גארנישט ...
אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 252
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל

אין אנדערע נייעס ליפא לאזט לופטערן א נייע ניגון

הודעהדורך מאך זיכער » מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 9:47 pm

אני אדם משום מקום, שמחפש לו רק סיבה לחיות.
באניצער אוואטאר
מאך זיכער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 252
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 9:47 pm
געפינט זיך: ששש... משה זוך מיר.
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 239 מאל

הודעהדורך שקד » דינסטאג פעברואר 12, 2019 7:42 pm

למעשה איז זיין חזרה בתשובה געווען נאר לפנים, אז מ'זאל עהם אנהייבן נוצן, ווייל ביי די האלבע יודען איז ער געווען אויסגעשפיגן.

כ'מיין אז ער קען שוין אראפנעמען די מאסקע, ווער ס'וויל זיך איינרעדן אז ער האט עפעס צוריקגעדרייעט, וועט געוואויר ווערן זייער שנעל אז לא דובים ולא יער.
שקד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 196
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 260 מאל

הודעהדורך היכי דמי » דינסטאג פעברואר 12, 2019 9:40 pm

שקד האט געשריבן:למעשה איז זיין חזרה בתשובה געווען נאר לפנים, אז מ'זאל עהם אנהייבן נוצן, ווייל ביי די האלבע יודען איז ער געווען אויסגעשפיגן.

כ'מיין אז ער קען שוין אראפנעמען די מאסקע, ווער ס'וויל זיך איינרעדן אז ער האט עפעס צוריקגעדרייעט, וועט געוואויר ווערן זייער שנעל אז לא דובים ולא יער.


ביזט זיכער אז זייער שנעל? ווייל ער דרייט זיך שוין ארום אזוי בערך 8 חדשים. די שאלה איז וואס מיינט שנעל און וואס מיינט זייער שנעל ביי דיר?
היכי דמי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

הודעהדורך שקד » דינסטאג פעברואר 12, 2019 9:59 pm

היכי דמי האט געשריבן: ביזט זיכער אז זייער שנעל? ווייל ער דרייט זיך שוין ארום אזוי בערך 8 חדשים. די שאלה איז וואס מיינט שנעל און וואס מיינט זייער שנעל ביי דיר?

סרסהו ודרשהו..
ווער ס'וויל זיך איינרעדן אז ער האט עפעס צוריקגעדרייעט, אז ער וועט אראפנעמען די מאסקע, וועט מען שנעל - זייער שנעל זען דעם ווארהייט..
שקד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 196
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 260 מאל

הודעהדורך היכי דמי » דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:40 am

שקד האט געשריבן:
היכי דמי האט געשריבן: ביזט זיכער אז זייער שנעל? ווייל ער דרייט זיך שוין ארום אזוי בערך 8 חדשים. די שאלה איז וואס מיינט שנעל און וואס מיינט זייער שנעל ביי דיר?

סרסהו ודרשהו..
ווער ס'וויל זיך איינרעדן אז ער האט עפעס צוריקגעדרייעט, אז ער וועט אראפנעמען די מאסקע, וועט מען שנעל - זייער שנעל זען דעם ווארהייט..


איך כאפ נישט וואס דו צילסט דא. ביזט אריינגעקומען אין א ״גרינעם דינסטאג״ אין א פארשלאפענע אשכול ווי די לעצטע מודעה איז איבער צוויי חדשים צוריק, און געשאסן א סטעיטמענט וואס מאכט נישט קיים סענס.

איך גיי נישט אריין קריכן אין ליפא׳ס קישקעס, אפילו איך גלייב אז איך גיי דארט טרעפן בעסערע זאכן ווי ביי דיר, אבער דאך איז עס נישט מיין דזשאב צו אריינגיין אין יענעמס לעבענס-שטייגער.

ביזט אריינגעקומען איבער 8 חדשים נאך זיין יו -טורן, און דו זאגסט אז עס גייט נישט אנהאלטן צו לאנג, כאילו מען כאילו מען האלט דא די ערשטע וואך. און דו שרייבסט נאך מער, אז עס גייט נעמען זייער שנעל ביז ער גייט אראפנעמען די מאסקע. און עס מאכט פשוט נישט קיין סענס לויט וויאזוי עס קוקט אויס אין רעאליטעט.

א פאבליצירטע טראסקע, פון אן אוי עקזיטירטע מאסקע.
היכי דמי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 10:33 am

היכי דמי האט געשריבן:
איך גיי נישט אריין קריכן אין ליפא׳ס קישקעס, אפילו איך גלייב אז איך גיי דארט טרעפן בעסערע זאכן ווי ביי דיר, אבער דאך איז עס נישט מיין דזשאב צו אריינגיין אין יענעמס לעבענס-שטייגער.

ביזט אריינגעקומען איבער 8 חדשים נאך זיין יו -טורן, און דו זאגסט אז עס גייט נישט אנהאלטן צו לאנג, כאילו מען כאילו מען האלט דא די ערשטע וואך. און דו שרייבסט נאך מער, אז עס גייט נעמען זייער שנעל ביז ער גייט אראפנעמען די מאסקע. און עס מאכט פשוט נישט קיין סענס לויט וויאזוי עס קוקט אויס אין רעאליטעט.

א פאבליצירטע טראסקע, פון אן אוי עקזיטירטע מאסקע.

פאר אייער אינפארמאציע, די מאסקע איז שוין לאנג אראפ, אויב ער האט בכלל אנגעטון איינס אויסער זיין שטריימל....

איך זוך נישט צו רעדן לשון הרע ברבים, אבער באישי וועל איך מיך ווארשיינליך נישט קענען איינהאלטן....
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2106
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1080 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1301 מאל

הודעהדורך אישתישבי » דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 11:41 am

איך בין זיכער אז ליפא קען נישט שלאפען ביינאכט אויס פחד פין דעם גרויזאמען איטאליענער.
ותאמרנה הבנות, הכי קראת שמו ספייקי, ויספקני זה פעמיים, באחוריים.
מקור
אישתישבי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1881
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 09, 2016 12:19 am
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 999 מאל

הודעהדורך שקד » דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 3:01 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
היכי דמי האט געשריבן:
איך גיי נישט אריין קריכן אין ליפא׳ס קישקעס, אפילו איך גלייב אז איך גיי דארט טרעפן בעסערע זאכן ווי ביי דיר, אבער דאך איז עס נישט מיין דזשאב צו אריינגיין אין יענעמס לעבענס-שטייגער.

ביזט אריינגעקומען איבער 8 חדשים נאך זיין יו -טורן, און דו זאגסט אז עס גייט נישט אנהאלטן צו לאנג, כאילו מען כאילו מען האלט דא די ערשטע וואך. און דו שרייבסט נאך מער, אז עס גייט נעמען זייער שנעל ביז ער גייט אראפנעמען די מאסקע. און עס מאכט פשוט נישט קיין סענס לויט וויאזוי עס קוקט אויס אין רעאליטעט.

א פאבליצירטע טראסקע, פון אן אוי עקזיטירטע מאסקע.

פאר אייער אינפארמאציע, די מאסקע איז שוין לאנג אראפ, אויב ער האט בכלל אנגעטון איינס אויסער זיין שטריימל....

איך זוך נישט צו רעדן לשון הרע ברבים, אבער באישי וועל איך מיך ווארשיינליך נישט קענען איינהאלטן....

לויט'ן הייליגן חפץ חיים זי''ע איז דאס גאר קיין לשון הרע נישט, ווייל ער שפעט אפ פון עיקרי התורה און שנית, ס'איז א סוד פאר גאנץ בראדט
שקד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 196
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 260 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 3:03 pm

פון וועלכע עיקר התורה פונקטליך שפעט ער?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2710
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2548 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1744 מאל

הודעהדורך שקד » דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 3:11 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פון וועלכע עיקר התורה פונקטליך שפעט ער?

בארד בארד..
שערן די האר..
די גיהנום איז שוין פארלאשן..

אויב דאס איז נישט גענוג, חאזער איבער זיינע מאנטיג דאנערשטיג'ס.. ותמצא קדחת.
שקד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 196
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 260 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 3:14 pm

וועלכע עיקר התורה פונקטליך זאגט פארקערט?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2710
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2548 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1744 מאל

הודעהדורך היכי דמי » דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 7:27 pm

שקד האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פון וועלכע עיקר התורה פונקטליך שפעט ער?

בארד בארד..
שערן די האר..
די גיהנום איז שוין פארלאשן..

אויב דאס איז נישט גענוג, חאזער איבער זיינע מאנטיג דאנערשטיג'ס.. ותמצא קדחת.


דו ברענגסט ארויף זאכן פון עטליכע יאר צוריק... קען זיין אז דאס איז געווען א מאסקע וואס ער האט אנגעטוהן אויף זיך נאכ׳ן זיין צובראכן וויאזוי עס איז אים געגאנגען און איצט האט ער אראפגענומען די מאסקע און ער איז צוריק צו די ארגינעלע ליפא. וואס מאכט דיר טראכטן אז א תקופה פון געציילטע יארן איז גאר די מאסקע אויף א מענטש קעגן אלע אנדערע שיינע יארן.

איך בין נישט אזא ידען אדער תלמיד חכם אזוי ווי אנדערע אויף די שטיבל אריינצורעדן צו עס איז פארבינדן מיט עקרי התורה, אזוי אויך האב איך נישט קיין רוח הקודש אזוי ווי שקד ירום הודו וואס קען פאראויסזאגן וויאזוי די מענטש גייט זיך פירן ״זייער שנעל״ פון איצט, אבער איין זאך קען איך יא זאגן, אלס א ״הומען ביאינג״ פיל איך אז וואס דו טוסט איז אוממענטשליך און פארבינדט זיך מיט הארבע איסורים שבין אדם לחבריו.

איך האף אז מארגן וועסטו שוין זיין מיט איין טאג קלוגער...
היכי דמי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

Re: וואס גייט פאר מיט ליפא?

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 9:54 pm

אין וועלכע רעליגיע איז בארד און האר אן עיקר? ביי זיי איז א שערער דער שפיץ אפיקורס? און זה קלי ואנוהו מיינט פארבן די האר? מ׳באקרוינט אלס מנהיג דער מיט אינטרעסאנסטע האר סטיל? אז איינער כאפט קענסער, ווערט ער אויסגעשפיגן פון די קהלה?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8701
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3039 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8174 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט