אנליין קאמפיינס: וואו איז דער לאך?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 387
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

אנליין קאמפיינס: וואו איז דער לאך?

שליחה דורך רימון »

ס'איז שוין כמעט נארמאל צו הערן אן ארגאניזאציע (געווענליך א רעלאטיוו אומבאקאנטע, עכ"פ נישט איינס פון די סאמע גרויסע) זאל לאונטשען אן אנליין שנאר קאמפיין, און פעסט-פארווארד 24-36-72 שעה און מ'טרואימפירט איבער דער געוואלדיגער סוקסעס אז מ'האט געשאפן א האלב מיליאן-מיליאן-וואן פוינט פייוו...

מיין שאלה איז וואו איז דער לאך? און לאמיך עס אויסשמועסן.
קודם כל ווייסט יעדער איינער אז געלט קומט נישט צופיסנס, אזוי ווי יעדע סוקסעס אין דער וועלט, ס'איז נישטא קיין שארטקאטס און קיין טריקס, מ'דארף שוויצן ווי א חמור ביז מ'עררייכט עפעס.און די זעלבע זאך איז גילטיג ווען מ'רעדט פון פאנדרעיזינג, נעם סיי וועלכע אוועקגעשטעלט מוסד אדער ארגאניזאציע און זע ווי שווער און ביטער און וויפיל אומערמידליכע כוחות גייט אריין אין די פאנדרעיזינג, מיט ריזיגע הוצאות, אז אולי ואולי זאל מען מיט עפעס בלייבן.

אין די פאנדרעיזינג וועלט ווייסט מען אז פאר יעדן אריינגעקומענעם דאלאר גייט אוועק מינימום 33 צענט פאר פאנדרעיזינג, מיין שאצונג איז אז ביי די היימישע קאמפיינס איז עס מער. נעמט אזא ארגאניזאציע ווי בוני עולם, לכולא עלמא א וועליד ארגאניזאציע מיט די שטערקסטע פאנדרעזינג אפאראט און גאר א געטרייע (אויב נישט די סאמע שטערקסטע) דאנאר באזע. איז שלמה באכנער מיט זיין גאנצע מאשין וועט איבערדרייען מאנסי פאר וואכן לאנג, מיט א שטאב פון צענדליגער צי אפילו הונדערטער עסקנים, מאכן פארלאר מיטינגס, און א גיגאנטישן דינער מיט א זשורנאל מיט וואס נאר מעגליך, פארוואס? כ'גלייב נישט ער טוט עס פאר לאנגווייליגקייט נאר ווייל ער האט נישט קיין ברירה, ער דארף דעקן א בודזשעט און דאס איז דער וועג וויאזוי ער קען עס באווייזן. לאמיר זאגן אזא קאמפיין קאסט אים 200 אלפים מינימום און ער מאכט א האלב מיליאן מאקסימום און ער בלייבט מיט 350, איז עס לכאורה א געוואלדיגע סוקסעס און די הארעוואניע צאלט זיך אויס.

פון דער אנדערער זייט הערט זיך גאר אן אנדערע געשיכטע, רפואה העלפליין, לכולא עלמא א חשובע רעפערולס ארגאניזאציע אבער רעלאטיוו שוואך אין דער וועלט פון פאנדרעיזינג, און ווי אויך גלויבט זיך אז דער בודזשעט איז פיל קלענער ווי אזעלכע ארגאניזאציעס ווי רופא חולים און בוני עולם און אפילו מסתמא שוואכער ווי חיבת ירושלים וכדו' וואס למעשה האבן זיי גרויסע חלוקות וואס קאסט מיליאנען, מ'עפנט א וועבזייטל אויף טשארידי, מ'שפאנט איין א כמו מארקעטינג קאמפאני וואס זאל אביסל אנדרייען און ביז א וואך פאקעט מען 1.5 מיליאן.

יעצט לאמיר נעמען די בענעפיט אוו דע דאובט און עס צו נעמען אויף קליין געלט:
דאס איז פשוט לכל בר בי רב דחד יומא אז די מעטשינג פאנדס איז א פשוטע מארקעטינג שפיצל, אויסער די פשוטע סברא אז קיינער ווארפט נישט קיין הונדערטער טויזנטער דאלארן מתן בסתר (ווען ס'פעלט זיך ניטאמאל אויס, קודם כל פאר דעם אליין ווייל דו קענסט זאגן אז דו האסט א מעטשינג דאנאר אן פאקטיש האבן... ועוד אז דו האסטאך יעצט געלייזט זיבן מאות) בלייבט מען ביי 750,000.
לאמיר זאגן אז די לעצטע מאה אינעם באנוס ראונד איז היימיש געמאכטע סווייפס מיט כשר'אציעס וכדו', בלייבט מען ביי 650,000 ווייל די ערשטע פינף מאות איז לכאורה לעזשיט אז נישט וואלט מען נישט געמאכט קיין באנוס ראונד.
לאמיר זאגן אז דער קאמפיין, נאך די פראצענטן פאר טשארידי, מארקעטינג און קאמיוניקאציע האט געקאסט 150 אלפים, בלייבט מען מיט א האלבן מיליאן דאלאר אין פושקע, מיט רעלאטיוו מינימאלע ארבעט און רעלאטיוו מינימאלע הוצאות און אין ווייניג צייט וואס טיים איז מאני.

איז ווידער מיין שאלה וואו איז דער לאך?
אדער איז דא א קעטש 22 וואס מיר פשוט'ע מענטשן כאפן נישט, און ערגעץ איז דא באהאלטן א מעכטיגע סקעם וואס האפנטליך וועט עס נאך איין טאג ארויסקומען.
אדער קען מען זאגן אז יא, מ'קען נישט קאמפעירן אן אנליין ווירטועל קאמפיין צו א טראדיציאנאלע פאנדרעיזינג קאמפיין פונקט ווי ס'איז נישט קיין פארגלייך רייטן אויף אן אייזל ביז פארן מיט אן עראפלאן, דער אינטערנעט און די שנעלע וועג פון אנליין פעימענט ערמעגליכט צוטריט צו מענטשן שנעלער און גרינגער און אויף סך א גרעסערע סקעיל ווי סיי וועלכע אנדערע קאמפיין און די אנדערע ארגאניזאציעס זענען פשוט אונטערשטעליג און נאריש פארן זיך נישט מיטכאפן אויפ'ן וואגן און וועלן ביום מן הימים אויך מוזן אדאפטירן די נייע מיטלען פון שאפן געלט פשוט פאר זייער אייגענעם בענעפיט און לאנג וועט נישט נעמען ביז נאנאש שול וועט פראקלאמירן א 24 שעה קאמפיין אנשטאט א יערליכע מוצאי שבת מלוה מלכה און דערלייגן וועלן די געפילטע פיש סוחרים.

וואס זאגט דער עולם?

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר