בלאט 1 פון 1

טעראר האט געזיגט

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 5:37 pm
דורך רימון
מיט ווייטאג נעמט כלל ישראל אויף די נייעס אז דער שפיל "דער פארמעסט" וואס האט געזאלט פארקומען דעם קומענדיגן חול המועד איז ליידער אפגערופן געווארן נאך פרעשור און טעראר פון די שומרי משמרתה של תורה (סיקריקים\רע-בנים\עשקנים) וועלכע האבן זיך צוזאמגענומען בעצה אחד נעכטן אין וויליאמסבורג וויאזוי צו פארזיכערן אז דער אבן נגף אין פארעם פון א פארמעסט זאל נישט אריינקומען בבתי בני ישראל.
א פלעי איז שוין דא א לאנגיעריגע מסורה נאך מימות יהושע בן נון אז דאס איז כשר וישר, אבער א פארמעסט? הס מלהזכיר.
לויט ווי מ'הערט זענען די ארגאניזירער ארויס מיט א שאדן פון הונדערט טויזנט דאלאר אין אידיש געלט און ס'איז נישטא ווער ס'זאל זיך אננעמען פאר זייער פארגעסן בלוט.
ס'איז זיכער אז אלע וואס האבן געהאט א טייל דערין צו היטן אויפ'ן דור פון חלילה וחס פארברענגען צווישן היימישע מענטשן חול המועד נאר פארזיכערן אז אונזערע קינדער זאלן זיך דרייען איבער חול המועד נאר אין די פארקס און אטראקציע ערטער ווי גוים און גויטעס דרייען זיך האלב נאקעט און זענען עוסק בחיבוקים ומשמושים מיט די געמיינסטע פריצות, ניבול פה און קלות ראש פארנט פון די אויגן פון אונזערע הייליגע קינדערלעך, וועלן זיכער געהאלפן ווערן מיט א שנת גאולה וישועה און דער זכות וועט זיי ביישטיין מיד ולדורות.