בלאט 1 פון 1

גור אדאפטירט פרומע טעראריזם

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 10:17 pm
דורך איסר האטלקי
אין א דראמאטישע אנטוויקלונג האט די גורער מיידל שולע אין ב''פ צוטיילט אלע קלאסן פון אויבן ביז אונטן, יעדע כיתה האט א פרומע קלאס און א שוואכערע קלאס.

די קינדער וואס זייערע עלטערן שטעלן זיך נישט צו צו די נייע תקנות וואס מען האט פלוצלינג ארויפגעלייגט פון איין מינוט אויפן צווייטן, ווערן די קינדער אריינגעשליידערט אינעם נידריגן קלאס.

די תקנות זענען אז פרויען טארן נישט דרייווען, נישטא מער קיין שווארצע טייטס און מ'דארף שניידן די שייטלעך און מאאר טו קאם.