פארדרייט די יוצרות

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6626 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3683 מאל

פארדרייט די יוצרות

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

אזוי ווי מ'זעמער יעצט אינעם ימים נוראים סעזאן ווי מ'פארברענגט לאנגע שעות אין בית המדרש צוגענוגעלט צום מחזור, זאגענדיג און זינגענדיג די הערליכע פיוטים און יוצרות, וואסי געשריבן געווארן דורך גדולי עולם וואס יעדע ווארט איז אויסגערעכנט מיט א געוואלדיגע פינקטליכקייט, ס'זאל שטימן מיט די כללי הדיקדוק און ארויסברענגן דעם געדאנק אויף א פאעטישע וועג וואס זאל אנווארעמען ס'הארץ. און אויב ווייסט מען די פשוטע טייטש דערפון האט עס גאר אנאנדערן טעם.

שטייטסעך אז ברבות השנים האט זיך אין יעדע קהילה פארמירט אן אייגנארטיגן נוסח וואס מ'זאגט און וואס מ'לאזט אויס, ביי די חסידישע קהילות איז דא וואס זאגן אלעס, און ס'דא וואס לאזן אויס אלע קליינע ווערטער און לאנגע שטיקלעך, און זאגן אלע מיטעלע און גרעסערע ווערטער. און ביי פארשידענע קהילות ווי למשל גור, האט מען געשניטן די יוצרות למחצה לשליש ולרביע. ביי די מער אויבערלענדישע זאגט מען אויס אלעס, כ'האב אמאל געהערט א וויץ אז אין געוויסע אויבערלענדישע קהילות פארטיילט מען נאך צעטלעך צו זאגן צוצולייגן, וואס ווערט נישט געברענגט אין מחזור. עכ"פ ווי אזוי ס'זאל נישט זיין, איז דא געוויסע פיוטים וואס ווערן געזאגט אין רוב קהילות. ווי למשל ונתנה תוקף וכדומה

צווישן די פיוטים איז דא געוויסע וואס ווערט געזאגט שורה ביי שורה אדער שטיקל ביי שטיקל וואס רוב פון זיי ווערט געזאגט ערשט ביים עולם און דער חזן טוהט נאכפאלגן ווי למשל אתה הוא אלוקינו בשמים ובארץ, וכל מאמינים, מלך עליון, ד' מלך וכו' וכו'. און ווען מ'לערענט אפ די טייטש פון די אלע שטיקלעך זעהט מען אז ס'געשריבן געווארן אויף אן אויפן וואס יעדע טוט נאכפאלגן דעם פריערדיגע צו אויף אן אויפן וואס מאכט שטערקער די פריערדיגע, אדער איז מער מפרש די פריערדיגע וכדומה, למשל,

די פיוט פון אתה הוא אלוקינו: בשמים ובארץ:

גבור ונערץ: דגול מרבבה:

הוא שח ויהי: וצוה ונבראו: אא"וו

חוץ וואס ס'גייט לויט די א"ב, פארט עס מיט א סיסטעם וואסי צוזאם געשטעלט פון צוויי שטיקלעך וואס יעדע איינס שטימט מיט די נעקסטע, און למעשה ווי אזוי זאגט עס דער עולם? מ'געט א כאפ צוזאם אתה הוא אלוקינו בשמים ובארץ גבור ונערץ: מיט א שארט סטאפ! נעקסט קומט דגול מרבבה הוא שח ויהי, אא"וו, וואס הייבט נישט אן צו שטימען, און דער אמעראצעס שרייט ארויס דערפון.

אדער לאמיר נעמען דעם שטיקל פון
האוחז ביד מדת משפט: וכל מאמינים שהוא אל אמונה:

הבוחן ובודק גנזי נסתרות:
וכל מאמינים שהוא בוחן כליות: וכו' וכו'

דא אויך, די ערשטע קלעפט מיטן צווייטן. טייטש אין אידיש, אז דער רבוש"ע איז דער וואס האלט אין זיין האנט דעם מדת משפט, און אלע גלייבן אז ער טוט עס ריכטיג ווייל ער איז דער אל אמונה. און אויך די נעקסטע שטיקל, דער גאט טעסט און קוקט אריין אין די באהאלטענע באהעלטעניש, און אלע גלייבן טאקע אין דעם ווייל אז ער איז דער וואס טעסט די נירן ( כליות ווייזט וואס דער מענטש טראכט). און אזוי אויך דעם גאנצן פיוט ביז אראפ. ווי אזוי זאגט מען עס למעשה האוחז ביד מדת משפט וכל מאמינים שהוא אל אמונה הבוחן ובודק גנזי נסתרות, כאילו ס'וואלט געווען איין לאנגע טשו טשו טרעין.

אדער אזא שטיקל ווי מלך עליון, וואס דארט האט עס נישט מיט טייטש צוטוהן אזוי ווייט, נאר קוקט אויס דכיוון דש דש אז מ'כאפט שוין צוזאם זאל עס שוין זיין אינגאנצן. מ'הייבט אן ויהי בישרון מלך, מלך עליון און יעדע שטיקל ענדיגט זיך מיט לעדי עד ימלך. און דער נאך הייבט זיך אן דער נעקסטער שטיקל מיט מלך עליון און ענדיגט זיך מיט לעדי עד ימלך אזוי פארט עס אויפן א"ב סיסטעם ביז מלך אביון וואס ענדיגט מיט עד מתי ימלך פאר צוויי שטיקלעך און פירט אויס ווי יעדער שרייט הויך אויפן קול מיט עקסטאז אבל מלך עליון! און ענדיגט זיך אויך מיט לעדי עד ימלך, וואס יעדער קען זעהן פון ווי אזוי דאס איז געשריבן ברויך עס עכט ווערן געזאגט ווי מלך עליון ביז לעדי עד ימלך איז איין שטיקל און אזוי ברויך עס צו גיין שטיקל ביי שטיקל ביז מלך אביון, און צוריק צו אבל מלך עליון. און דער עולם כאפט צוזאם ביי יעדע שטיקל לעדי עד ימלך מלך עליון, כאילו ס'איז א שטיקל אייער קיכל מיט הערינג

און ווען איך זאג עס הויך אויפן וועג ווי אזוי ס'געשריבן געווארן קוקט מען מיך אן ווי א אויפגעקלעהרטער אויבער חכם וואס קען נישט מיט גיין מיטן שטראם, יעדער זאגט אזוי זאג דו נישט אנדערש! גענוג ביזט א אויבער חכם אגאנץ יאר! יעצט תשרי האלט דיך צוריק.
יעדעס יאר נערווירט מיך עס עקסטער, און היי יאר האב איך אפגעמאכט אריין צו קומען דא אין שטיבל מוחה צו זיין דערויף בכל תוקף ועוז און נישט צו לאזן מער אזא הפקירות. ווער ווייסט צו וואסערע הפקירות דאס קען צו ברענגן? ווער ווייסט צו די גאנצע יואלי לעבאוויטש סליחות איז נישט געקומען דורך דעם?

עמער צו ענדיגן די שורות ווינטשענדיג יעדן דא אין שטיבל און אלע אידן א גמר חתימה טובה און א קנאקעדיגע יאר מיט כל מילי דמיטב.

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר