די שטיצער פון די מדינה הציונית

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
נטורי קרתא עסקן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 63
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 11, 2012 12:32 am
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

די שטיצער פון די מדינה הציונית

שליחה דורך נטורי קרתא עסקן »

אמעריקא האט א געוואלטיגע אחריות פאר די קיום פון די מדינת השמד פון די ציאניסטישע כופרים ימ"ש. אמעריקא געט פאר די ציונים ימ"ש: שטיצע, מערדערישע געווער פאר זייער פארשאלטענע מיליטער, ביליאנען דאללארען אז די מדינה של גיהנום זאל ווייטער אנגיין ר"ל.
אינצווישן האלט טאקע די פארשאלטענע מדינה ווייטער אהן, די שרעקליכע פריצות און הפקרות און זנות גייט ווייטער אהן און ארצינו הק'. נו"ט ווערט פארקויפט איבעראל, און די בתי חינוך של כפירה שטייען ווייטער און זענען מבטל קינדער פון תורה ומצות, און ציען זיי אויף צו זיין מופקרים און פרוצים ווי ווילדע חיות כגרועים שבאומות, מחטיאים את הרבים, זענען מסית ומדיח צו מינות און חילול שבת קדשינו ווערט נאר מער און מער ואין פוצה פה ומצפצף ואין מוחה בידי הרשעים ר"ל.
די התגרות באומות און שפיכות דמים ווערט מער און מער ר"ל, און אלעס ווערט געמאכט אין אונזער נאמען "ישראל" ר"ל!!!
און דאס אלעס איז אמעריקא דירעקט שילדיג אויף די שרעקליכע עוולה וואס ווערט געמאכט קייגן אידן וואס כופרים רשעים מומרים לכל התורה זענען מושל בכח הזרוע אויף עהרליכע יודן מיט די ברייטע שטיצע פון אמעריקא.
מיר דארפען עפעס טוהן וועגן דעם!!!
בריטאניא אין תרע"ח, אמעריקא און רוסלאנד אין תש"ח זיי האבן די גרעסטע אחריות אויף די אויפגעשטעלט ווערן פון די טמאנע מדינה ר"ל און פאר די שרעקליכע עוול קייגן ערליכע יודן!!!
די מדינות האבן די מעגליכקייט מבטל צו זיין די מדינה הציונית בעז"ה, און אויב זיי גייען עס נישט טוהן , וועט זייער סוף זיין פינקט אזוי ביטער ווי די פארשאלטענע ציונים ימשו"ז!!
ווער עס געט חיות פאר די מדינה הציונית סיי מיט געלט און סיי מיט געווער און מיט סיי וועלעכע שטיצע, אנשטאט דעם וואס מ'דארף זיי באגראבן און מבטל זיין, וועלן קיינמאל נישט קענען תשובה טוהן - און זיי וועלן געשטראפט ווערן!!!
א-ל נקמות השם!!!

דער אשכול פארמאגט 414 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר