דער לבלר און זיינע בכיות של חינם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

דער לבלר און זיינע בכיות של חינם

הודעהדורך שיטה מקובצת » מיטוואך אקטאבער 03, 2018 10:28 pm

דער באקאנטער לבלר פון א היימישע צייטונג, וועלכער איז גלייכטצייטיג א הויפט השקפה פרעדיגער אין א געוויסע חסידישע מחנה, האט ווידעראמאל צעלאזט זיין שמוציגע פעדער, און האט אנגעגריפן א טייערע וואוילן יונגערמאן ני"ו, פאר'ן בלויזן חטא אז ער האט געטון עפעס א טראפ אנדערש ווי דער לבלר האט מחליט געוועהן פאר אים.

עס איז נישט פון היינט וואס דער לבלר נוצט זיין פלאטפארמע אין די אפגעריסענע צייטונג זיך צו צעפירן די הענט אויף אנשים חשובים, קהילות נכבדות, גאונים אדירים, אלעס ווייל ער האט בדעתו השפילה איינגעזען אז הינטער זיין פלאכן ביבער הוט זיצט א מתנה פון קודשא בריך הוא וואס פארשטייט גענוי וויאזוי אידן אין דעם דור דארפן זיך פירן.

עס איז נישט קיין סוד וואספארא קידוש שם שמים עס איז געמאכט געווארן אין די לעצטע חדשים, נאכדעם וואס עס איז באקאנט געווארן אז האברך היקר מוה"ר שלום לעמער ני"ו האט באקומען דעם כבוד צו ווערן אנערקענט ביי א אלגעמיינע מוזיק פירמע, און וועט ארויסגעבן א אלבום מיט זיי. ווי עס פאסט פאר א איד וואס ווייסט אז דער רבוש"ע האט אים באשאנקען מיט אויסערגעווענטליכע טאלאנטען, און גלייכצייטיג מיט א תפקיד אויף די וועלט, האט ר' שלום פארזיכערט אז דער אלבום וועט פארמאגן א עהרליכע כאראקטער מיט בלויז איידעלע און ווארעמע לידער, און אלעס מיט פאזיטיווע מעסעדזשעס וואס ברענגט גוטס אויף די וועלט. אין די פיסטריט פון החזן החשוב ר' יאסעלע ראזענבלאט זצ"ל, וועלכער האט אויפגעטרעטן ביי פארשידענע קאנצערטן און האט געזינגען אויף האליוואד פילמס, האט ר' שלום קלאר געזאגט אז ער וועט זיך האלטען צו זיינע הייליגע פרינציפן, און וועט נישט מפשר זיין אויף זיין אידישקייט. פארקערט, ער וויל ברענגען די רוחניות און הערליכקייט פון זיין לעבן פאר די ברייטע וועלט.

שוין יעצט, נאך פאר די אלבום איז אפילו ארויסגעקומען, האט שוין ר' שלום געמאכט א געוואלדיגן קידוש ה'. מ'דארף נאר כאפן א בליק אויף די קאמענטס אויף youtube און זעהן ווי אזוי גוים פון אלע עקן פון די וועלט דרוקן אויס זייער ליבשאפט און שעצונג פאר ר' שלום, פאר אידישקייט און עם ישראל, א דאנק זיין הערליכע ווארימע נגינה.

דער לבלר שרייבט אז ר' שלום'ס אייניקלעך וועלן זיך שעמען מיט זייער זיידע. איך זאג דיר, ר' לבלר, דיינע אייניקלעך וועלן זיך באגראבן פאר בושה מיט דיינע ארטיקלען וועלכע בלייבן געדרוקט און בלייבן א חלק פון דעם רעקארד לחרפה ולדראון עולם. די וועסט געדענקט ווערן ווי איינער וואס האט אראפגעריסן עהרליכע אידן, וואס האט חוזק געמאכט פון גדולי ישראל, וואס האט געשפעט פון טייערע און וואוילע יחידים וואס האבן א מיליאן מאל מער אוועקגעריסן פון זיך פאר'ן אייבערשטן ווי די וועסט אין דיין גאנצן אפגעריסענעם לעבן. די וועסט געדענקט ווערן ווי א יודע בוראו ומתכוון למרוד בו, ווי איינער וואס האט בכוונה געפיטערט א דור מיט פאלטשקייט און ליגענט, אלעס אז "די זאך זאל ווייטער אנגיין". דיינע אייניקלעך וועלן זיך טוישן זייערע נעמען אז זיי זאלן נישט טראגן דעם זעלבן לעצטן נאמען ווי דיר. פינקט ווי "מעידאף" מיינט א פינאנציעלע שווינדלער, וועט דיין נאמען געדענקט ווערן ווי א היסטארישע ליגענער און כזבן, און א פראפאגאנדע מיניסטאר אין א צייטונג ווי א ווארט אמת פאלט אריין נאר בטעות.

ראו מה בין רב ששת לרב שש"ת. דער הייליגער אמורא רב ששת האט זיך אויסגעשטאכן די אייגענע אויגן כדי נישט צו זעהן קיין דברים אסורים. רב שש"ת דנן איז נאר פארנומען אויסשטעכן יענעמ'ס אויגן, אראפרייסן אנדערע, אלעס מיט זיינע טריפענע אויגן וואס וואנדערן אין כל מיני כתבי מינות, און זיין ציל איז יענעם צו מאכן בלינד מיט זיינע שקרים און פאלטשקייטן.

און אז מ'רעדט שוין וועגן אויגן, דערמאן איך מיך א ווארט וואס כ'האב געהערט פון מו"ר הגה"ח רבי אביגדור מיללער זצוק"ל. ביי די חכמי בעלי הלשון איז דא א מבוכה וועגן דעם ווארט "עין" וואס די תורה הק' נוצט פאר א קוואל, (אזוי ווי, הנה אנכי נצב על עין המים), צי דאס האט א שייכות מיט דעם ווארט "עין" וואס מיינט א אויג, אדער איז עס אינגאנצן א אנדערע ווארט וואס איז פערצופאל די זעלבע. האט רבי אביגדור ז"ל געזאגט אז דאס איז די זעלבע ווארט. דער אויג איז ווי א קוואל פון ווי ס'רינט טרערן, און דאס איז די זעלבע ווארט. האט רבי אביגדור ווייטער געזאגט, אז פונקט ווי ביי א קוואל איז דא א זאך אין א מדבר וואס ווערט גערופן א "מיראזש", דאס הייסט אז ס'זעהט אויס ווי א קוואל, אבער אין בו מים, ס'איז א אחיזת עיניים. די זעלבע איז דא אין דעם אויג, וואס א מענטש מאכט זיך ווי ער שרייט און וויינט, אבער עס איז ליידיג, בכיות של חינם, קיין שום תוכן, קיין שום געפיל. אלעס פאלטשקייט און קראקאדיל טרערן. א מיראזש.

אונזער לבלר איז אט אזא איינער. יעדע וואך שמירט ער אהן זיינע בלעטער מיט ויצעקו'ס און בכיות של הבל. ער וויינט און שרייט אויף פירצות שונות ומשונות, מאכט מחאות, פירט השי"ת'ס וועלטעל פון זיין בעיסמענט אין קרית יואל. ס'איז אלעס פוסט און ליידיג. אין בו מים, אבל נחשים ועקרבים יש בו. ליידיגקייט, און זלזול אין יעדן ערנסטע זאך. נאר מידות רעות ומשחתות, אגאאיזם און גאווה פון די ערגסטע סארט.

אמר רב ששת: מלכות הארץ כעין מלכות שמים. שנאמר, לא ברוח ה', לא ברעש ה', ואחר הרעש, קול דממה דקה.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 549
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1318 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » מיטוואך אקטאבער 03, 2018 10:48 pm

לויט ווי איך גדענק האט ר יאסלע נישט געזונגען אין האליוואוד אזוי ווי אנדערע בני דורו. לגופו של ענין, איז עס א גרויסע נסיון, ואל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו, ולמקומו לעולם לא תגיע. איך בין מתפלל פאר ידידי ר שלום נ״י ער זאל נישט ח״ו זיך גליטשען.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 849
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 509 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 580 מאל

הודעהדורך גדליה » מיטוואך אקטאבער 03, 2018 11:21 pm

און איך זאג אז דער לבלר וועט געדענקט ווערען אלץ א געהויבענע תלמיד חכם וירא שמים און א ידען נפלא וואס האט זיך אויסגעקענט אין אלע קעמערלעך פון הוויות העולם אין פינדעסטוועגען איז ער פארבליבען מיט די ברייטע בובער היט!
ביי די זאליס וועט מען אבער געדענקען די אמת, דער איז געווען א אמתע ציוני, זיך געחברט מיט מנחם מאזעס, סאפילו דא א באהאלטענע רעקארדינגט ווי מ'הערט אים רעדן בשבח די מדינה, אויף די באס צוזאמען מיט זיין רבין מר. טראמף , טפוי
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1067
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 4:34 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1715 מאל

Re: דער לבלר און זיינע בכיות של חינם

הודעהדורך קפה נמס » מיטוואך אקטאבער 03, 2018 11:30 pm

די ארטיקל האט ביי מיר אויך ארויפגעברענגט בייז בלוט אינמיטן א פרייליכן חוה"מ טאג. פעך, סתם אראפצורייסן א יחיד ווייל ער האט געטוהן עפעס וואס דיר שמעקט נישט.

און ווייל ער באלאנגט צו א קרייז וואס ס'איז א מצוה צו ווייזן ווי זיי זענען פארקראכן, דארף מען שוין ווידמען די עיקר סוכות'דיגע השקפה ארטיקל אויף דעם ?? שוין נישטא מער וואס צו מעורר זיין די חשוב'ע 'בלאט' ליינער ? די עולם איז שוין דען ריין פון אבק ציונות ?

פוי, זעהט זיך אויס אז דער רוח פון דער רעדאקטאר ע"ה לעבט נאך...
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 343 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » מיטוואך אקטאבער 03, 2018 11:38 pm

איך ווייס נישט פון וועלכע ארטיקל מ'רעדט דא, אבער איין זאך קען איך זאגן. קען זיין אז דער לבלר האט דא איבערגעצויגן דעם שטריקל, אבער אויף די אלע בעלי השקפה זאגט שוין רש"י הקדוש "כל השקפה שבמקרא לרעה" (בראשית יח,טז).
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2909
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1943 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 12:02 am

כ'ווייס נישט פון וועלכן לבלר מען רעדט, מסתמא מיינט מען דער פון משפחה מאגאזין וואס האט געשריבן עטליכע חדשים צוריק. ווייס איך נישט פארוואס ליטוואק האט זיך היינט אויפגעוועקט...
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2173
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1112 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1365 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 12:05 am

אט איז די ארטיקל פון משפחה, געברענגט דורך בן ישי אין אנדערן אשכול:




Dear Shulem

So is it a kiddush Hashem or a chillul Hashem?

Wednesday, July 25, 2018



About three months ago, I was one of thousands in a massive tent spread over the Outremont neighborhood in Montreal, watching a historic tish take place. At the center of the tish sat the Belzer Rebbe, flanked by family members, rabbanim within the chassidus and Montreal’s other rabbanim.

Overlooking the sea of people, on a raised podium off to the side, stood a kapelya, a chassidishe choir. The choir gave music to the feelings of the crowd: the longing and hope and thanksgiving.

Within the small group, a slim, young man stood out. He had eyes like burning coals and a voice mellow and full and soft and powerful, reaching to the far corners of the huge marquee, into the hearts of a people come from Eretz Yisrael and Europe and America, into the lives of people struggling with parnassah and chinuch and health, hoping to access the Rebbe’s blessing.

It was a special voice.

In its lilt, one heard the journey of a chassid, the odyssey of highs and lows, moments of uplift and daunting spiritual challenges.

It was Shulem.

The same Shulem who’d released a song with that motif — the quest to hold on to the sacred music of the Rebbe’s court in a noisy, distractive world — just a few months earlier: Yetzt bin ich einer alein, oy mein hart es benkt, yetzt bin eich einer alien, ubber deim tniyeh, ich gedenkt (Now I am all alone, oh my heart it yearns, I am all alone, but I do remember that blessed note…).

The Belzer Rebbe had just recited Havdalah, the purple wine extinguishing the flame of the large candle. A wisp of smoke rose as a new week was ushered in, the perpetual challenge of trying to grasp holiness and carry it into days without light suddenly very real. Bein ohr lachoshech.

Barely two months after that state visit came to an end, a friend of mine called, so excited he could barely articulate the words.

“Did you hear?”

I hadn’t heard. It was historic, he said, the first time a mainstream chassidic singer had been discovered, cultivated, and finally signed by a secular music label. What a kiddush Hashem. What an opportunity.

Did I want an exclusive with Shulem Lemmer for the magazine?

I thanked him, told him I was happy for the singer, happy at the chance he was being given, but I wasn’t convinced it was a kiddush Hashem.

Within the next few hours, the story became what I like to call “frum viral,” shooting through the network of frum groups, chats, sites, and discussions like a teenage camp counselor plunging into the pool after the Nine Days.

Chillul Hashem! Kiddush Hashem!

The usual color war of differing opinions, everyone convinced they’re right.

A word about chillul Hashem and kiddush Hashem: I’ve observed that to the layman, the term kiddush Hashem means “anything that I agree with and makes me feel good,” while chillul Hashem means “anything I find irritating.”

There are also subgroups and differing contexts: When my chassidishe neighbor double-parks it’s a chillul Hashem but when I do it, it’s something I never do, but I’m just grabbing the prescription, it’s for my daughter’s eye drops, she needs them badly.

In this every-person-for-themselves world of the kiddush Hashem/chillul Hashem police, someone can ostensibly leave Walmart after having returned an air conditioner he used for two months, then, on the way out, hold the door open for a Hispanic woman and smile at her children — and feel proud at having made a kiddush Hashem.

I wondered about this scenario — Shulem’s story.

A gifted, sincere chassidishe young man is being given a huge stage. There’s his potential impact on slumbering neshamos that might be touched, the opportunity to be an ambassador for Torah Jews, the reminder to wider society that we — with our chadarim and yeshivos — hone, encourage, and celebrate talent like no other community.

And yet. Why? Why venture out of the beis medrash, singing the shir neichar al admas neichar?

I asked those wiser than me. One of them looked at me pointedly. “Sruli, if the New York Times called and asked you to write for them, offering more money and more influence than anything Mishpacha can give you, wouldn’t you consider it?”

(That’s just a mashal. Firstly, I’m not convinced about the influence or the money. And besides for that, Mishpacha does mazel tov ads for us when we make simchahs. Also, Trump never called us fake news.)

To be honest, who among us hasn’t dreamed of it? Which creative person doesn’t want be able to create in conditions where his or her gift can shine?

Besides, parnassah is holy. Feeding the family, buying gefilte fish for Shabbos and paying tuition and tipping your child’s rotating lifeguard in camp adds up. And Yiddishe gelt, the rebbes taught us, is filled with kedushah.

Why is this different than a plumber or accountant or baker who wants to share his wares with as many clients as possible so that he can make a living?

So is it a kiddush Hashem or a chillul Hashem?

A great man gave me some insight. I’m pleased to share it with you, sweet, talented Shulem.

Dear Shulem,

You’re taking steps forward now — out of the shtibel and into the marketplace.

You’re not the first and you’re not the last. It’s what Jews have often done, always with a prayer on their lips and a desperate hope in their hearts.

What are your own words?

Ess kumt a shvere tzeit, nisyonois oif yedder zeit…

But you can do it. You have a great rebbe, great role models, and friends.

Others in your industry have tried and failed. The temptation was too great: Yiddish sounds charming, chassidim are delightful, swinging peyos are adorable, the genre’s a quaint throwback to a time when the Yiddish theater was popular. It’s a great show.

So they accommodated the critics, becoming chassidic mascots. That isn’t a kiddush Hashem.

If, dear Shulem, in three years from now, you look the same, act the same, think the same, sing the same, then it will be a kiddush Hashem.

Aim not, as Rav Hutner famously wrote, for a double life, but a broad life.

Shulem, we’re rooting for you. Be successful, do a great job, make us proud —

But Shulem, remember the holy tniyele….

And then, we would be so honored to write the article
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2173
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1112 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1365 מאל

הודעהדורך שיטה מקובצת » דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 1:20 am

איסר האטלקי האט געשריבן:כ'ווייס נישט פון וועלכן לבלר מען רעדט, מסתמא מיינט מען דער פון משפחה מאגאזין וואס האט געשריבן עטליכע חדשים צוריק. ווייס איך נישט פארוואס ליטוואק האט זיך היינט אויפגעוועקט...

אויך נישט קיין שיינע ארטיקל. אבער גאר ווייט פון וואס אונזער נידעריגער לבלר האט געשריבן.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 549
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1318 מאל

Re: דער לבלר און זיינע בכיות של חינם

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 8:48 am

לאודועי בעלמא, איך האב נישט געשריבען דער ארטיקל, און איך האב עס ניטאמאל געליינט צו געהערט דערפון ביז דא. איך ווייס גאנץ ווייניג וועגען היינטיגע מוזיק. דער חוה"מ האט א באקאנטע מיינער געמאכט א שמחת בית השואבה ביי זיך אין חצר, און ער האט געברענגט אט דער זינגער.
איך בין אהין געגאנגען, נישט וויסענדיג ווער דאס איז, און אין מיט׳ן האב איך געזאגט צו איינעם "קוק דער קליינטשיקעל יונגערמאן ווי ער זינגט ווי א לייב". האט יענער מיר געזאגט "דו ווייסט נישט ווער דאס איז? דער זינגט אין גרויסע סטעדיומ׳ס, ער איז א ריזיגע שטערן". האב איך רעאגירט, "גם ברוך יהיה", מוזיק איז נישט מיין פעלד און זאל ער זען הצלחה און א גוט מועד.

בקיצור איסר האיטלקי האט מיר באשולדיגט מיט עפעס וואס איך האב נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8879
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3086 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8330 מאל

הודעהדורך איסר האטלקי » דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 9:25 am

איך בעט דיך מחילה סליחה וכפרה ברבים פארן חושד זיין אז דו ליינטסט דער בלאט... מיין תגובה איז געשריבן געווארן שפעט ביינאכט נאכן ליינען דיין טענה'ריי מיט ר' יששכר כץ, ממילא האב איך שוין נאר געזען ליטוואק....

כ'האף אז דו וועסט מיר מוחל זיין אז נישט וועל איך מוזן ברענגען א מנין ניקס צו דיין פראפייל צימער....
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2173
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1112 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1365 מאל

הודעהדורך שיטה מקובצת » דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 9:40 am

תורה ומדע האט געשריבן:לויט ווי איך גדענק האט ר יאסלע נישט געזונגען אין האליוואוד אזוי ווי אנדערע בני דורו.


ר' יאסעלע זצ"ל אין דעם פילם the jazz singer.

https://youtu.be/y1HURXWH9FA
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 549
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1318 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 12:33 pm

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך ווייס נישט פון וועלכע ארטיקל מ'רעדט דא, אבער איין זאך קען איך זאגן. קען זיין אז דער לבלר האט דא איבערגעצויגן דעם שטריקל, אבער אויף די אלע בעלי השקפה זאגט שוין רש"י הקדוש "כל השקפה שבמקרא לרעה" (בראשית יח,טז).

רביה"ק זי"ע: ווי ס'זעהט אויס האסטו נישט אדורכגעבליקט די יו"ט'דיגע אויסגאבע פון די חשוב'ע, הייליגע צייטונג דער/די בלאט/ע... דארט האטציך הרב ..."ש.ב. מרגליות"...צולאזט מיט זיין גאנצע מיאוס'ע פארע אויף דעם חזן שלום לעממער....! ווייל ער האט געזונגען ..."גאד בלעסס אמעריקקא"...אין א ספארטס סטעדיום. לעיני השרים והעמים. און ר'האט גורם געווען א גרויסן קידוש השם. אבער דער קרומער מח. דעמאגאג און היפאקריט קען דאס נישט פארטראגן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13213
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14738 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8420 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 2:07 pm

שוין יארן וואס איך האב נישט אריינגעקוקט אין דער בלאט, און אפילו דעמאלטס האב איך נאר געקוקט די בילדער, אדער ווען איך האב עס געטראפן אין בית הכסא. ווער רעדט נאך פון השקפה קאלומס?! פעך!
מיין רייזע פון פארמאכטקייט צו אויפגעקלערטקייט. דער משל, דער משל, איז דאך דומה לנמשל...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2909
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1943 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג אקטאבער 04, 2018 2:20 pm

רביה"ק זי"ע: בראשית דרכו. אין אנהייב ווען דער בלאט האט אנגעהויבן ערשיינען איז עס געווען זייער א גוטע צייטונג. ער האט געהאט שרייבערס פון הויכן קאליבער. איינער פון זיי איז דער פראמינענטער שרייבער און גרויסער ידען ר' שמעון ראלניצקי, הי"ו. דער בלאט איז געווען אזוי ווי א קיהל ווינטל פון פרישע לופט אין א הייסן זומערדיגן טאג. בעת דער איד איז געווען אן אפגעריבענע שמאטע וועלכע האט געצויגן די פארטיי ליניע. און ר'האט כסדר באשמוצט אלע גדולי ישראל וצדיקי עולם. ר'איז נאך ערגער געווען ווי די רוסישע צייטונג..."פראוודא"...האט דער בלאט געברענגט ספעציעל נייעס פון אידישע אינטערעס פון איבער די גאנצע וועלט. אבער מיט די צייט האט ער אויכעט אנגעהויבן צו ציען די פארטיי ליניע. וכדי להוציא מליבן של ה'דעמאגאגן פון דער איד. וועלכער האט א יעדן אפגעסטעמפלט אלס ציוני. האט דער בלאט אנגעהויבן אריינצוברענגען אזעלכע קרומע מוחות און דעמאגאגן און היפאקריטן און בהמות ווי דעם שמואל שלמה טעללער וועלכע באהאלט זיך אונטער'ן נאמען...הרב ש.ב. מרגליות. דער בהמ' מיינט אז אזוי ארום וועט מען נישט וויסן זיין אידענטיטעט. אה. נאך א זאך. נאר דער איד מעג פרעדיגן און באריכטן ציונות מיט אלע פיטשעווקעס. ווייל ער איז דער פאן טרעגער פון דעם פאלשן קנאות. ומי יבוא אחרי המלך... אבער דער בלאט. אויף וועם מ'האט ארויסגעגעבן אן איסור. און די צייטונג, פחדנ'ען אוועק אז די עמי הארצים וועלכע זיצן אין די פינסטערע קעלערן פון די רעדאקציע פון דער איד. (ר' סענדער דייטש איז דייקא געוון א תלמיד חכם און אן אינטעליגענטער מענטש. אבע זיינע נאכפאלגערס זענען ליידער גרויסע בורים ועמי הארצות. סיי במילי דשמיא. און סיי במילי דעלמא.)...! שוין. איך האב נאך וואס צו זאגן איבער דעם דעמאגאג און היפאקריט און מסלף דברי צדיקים שמואל שלמה טעללער. אבער איך מוז שוין לויפן צו דעם באס אהיימפיהרן די צאן קדשים פון חדר...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13213
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14738 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8420 מאל

הודעהדורך שיטה מקובצת » מוצ"ש אקטאבער 06, 2018 11:07 pm

באמת קומט מיר נישט קיין סך אויס צו ליינען די טפשות און רשעות פון דעם לבלר. נאר אזוי ווי כ'האב שוין געשריבן דעם ארטיקעל, האב איך שוין געכאפט א בליק אויף וואס ער האט געשריבן די וואך, און כ'זעה אז דער מענטש איז פשוט קראנק אויף די זעלבע נושאים. אלעס איז ווילדע העצעס און שנאה קעגן יעדער וואס איז נישט גענוי אזוי ווי אים. און דאס איז נישט קעגן ציונים און יאפעד, נאר דער מענטש איז דורכגעפרעסען מיט שנאה קעגן זיינע אייגענע סאטמארע ברידער, קעגן זיינע קרובים, קעגן חסידישע יונגעלייט וואס זענען נישט גענוי אזוי חסידיש צו כאניאקיש ווי ער וויל יעדעם איינרעדן אז ער איז!

דא האב איך אביסל געשריבן וועגן זיין ארטיקעל די וואך
viewtopic.php?p=413862#p413862
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 549
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1318 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 7 געסט