ותהי נציב מלח

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 298 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1512 מאל

ותהי נציב מלח

שליחה דורך מיימון »

אין די וואכעדיגע סדרה שטייט ותבט אשתו מאחריו ותהי נציב מלח. טרעפן מיר אין די מפרשים צוויי מהלכים, רש"י ברענגט פון מדרש אז לוט'ס ווייב איז נתהפך געווארן צו א שטיק זאלץ, ווידעראום דער אבן עזרא טענה'ט גאר אז דאס גייט ארויף אויף סדום; ותהי, און די שטאט איז געווארן, נציב מלח. כיצד יתקיימו שניהם?

די וועלט זאגט "ווען דאס ווערימל עסט זיך איין אינעם כריין, מיינט זי אז קיין זיסערס איז נישט פארהאן". לוט איז אנטלאפן פון די זינדיגע שטאט סדום, ער קוקט צוריק פון אינדרויסן, ער זעט נישט מער ווי בלויז א שטיק זאלץ, גפרית ומלח, א פארברענטע שטאט, א סדום ועמורה כפשוטו, ער ווייסט נישט וויאזוי ער האט דארט געקענט וואוינען בעפאר, א רשעות'דיגע שטאט וואס איר נאמען גייט פאר איר איבער דער גאנצער וועלט, א לעבעדיגער גיהנום.

די אנשי סדום ווידער, זיי קוקן אויף דעם דערווייטערנדיגער לוט מיט פאראכטונג, זיי זיצן אינעם ווירבלענדיגן שטאט סדום, און זעען בלויז א שטיק זאלץ אינעם מדבר, זיי ציען מיט די פלייצעס און גייען ווייטער, בלויז רחמנות האבנדיג אויף דעם מאדנעם לוט וואס וואנדערט אין מדבר, גיי ווייס וואו ער וועט זיך יא געפינען דאס פלאץ.

מענטשן האבן אזא מין געוואוינהייט צו קוקן אויף יענעם וואס איז אנדערש אזוי מאדנע. ווען ער פארלאזט דאס פלאץ צו זוכן זיין אייגענעם וועג מורמלט מען אונטערן רוקן, קוק וואו ער איז אנגעקומען, וואו זענען זיינע קינדער? זיינע דורות? גארנישט געבליבן פון זיי, מען קלאפט זיך אין די פלייצע און מען גייט ווייטער. זיי ווייסן און פארשטייען אבער נישט אז דער אנטלאפענער האט אויסגעדרייט דעם רוקן צו זיי, ער זעט "זיי" ווי דער נציב מלח, און אזוי פארציילט "ער" די מעשה פאר זיינע קינדער.

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר