וואס איז מיין מיינונג?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 616 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1899 מאל

וואס איז מיין מיינונג?

שליחה דורך גדליה »

א חבר האט מיך נאכדערציילט א אינטרעסאנטע געדאנק פאר א חנוכה שפיל וואס איך וויל דא נאכמאכען אין א אשכול:
איינער שטעלט זיך אויף און ער פרעגט דעם עולם מזאל צוטרעפן וואס איז זיין מיינונג אויף א געוויסע נושא. למשל, איך קען ארויסשטעלן א נושא ווי אריזאנע מצות.
מ'שטעלט ארויס עטליכע מעגליכע תירוצים, למשל,

א. אריזאנע מצות איז כשר, אלעס אנדערש איז א שאלה פון חמץ.
ב. אריזאנע מצות איז א הידור, אבער אנדערע מצות זענען אויך גוט.
ג. אריזאנע מצות איז א שאלה פון חמץ.
ד. אריזאנע מצות איז פונקט ווי אלע אנדערע מצות.

מיין אמת'ע מיינונג איז נאר איין תירוץ, למשל די אמתדיגע תירוץ דא איז אות ד', אבער איך בין דאס נישט מגלה פאר קיינעם אויסער פאר איין שומר, וואס ער מעג אוודאי נישט צוטרעפען.
יעצט קומט יעדער און פראבירט צוצוטרעפען וואס מיין מיינונג איז, לויט ווי זוי מ'קען מיך פון די פאר תגובות דא, און מטרייט זיך מצייר צו זיין וואס וואלט איך ווען געהאלטען ביי אזא זאך. למשל אויב האב איך זעך אוועקגעשטעלט פאר א מעסיגע אהרוני מסתמא וועל איך זיין א שטיצער פון אריזאנע מצות, און מיין ענטפער איז מסתמא אות ב', אויב בינעך א עקסטרעמע אהרוני וועל איך מסתמא ענטפערען אות א', אויב בין איך א עקסטרעמע זאלי ענטפערט איך ג', און אויב איך געב נישט קיין *&^% פאר די גאנצע זאך ענטפער איך מסתמע אות ד'.
און צום סוף קום איך ארויס מיט די אמת'דיגע תירוץ.
ווער סקען צוטרעפן די מערסטע אמתדיגע תירוצים איז די געווינער.
דער עוילעם איז מיט מיר?
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

דער אשכול פארמאגט 36 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר