מעשה שהיה בסדום ועמורה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3272 מאל

מעשה שהיה בסדום ועמורה

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

אן ארעמע איד אין סדום, האט אינוועסטירט זיין גאנצע האב אין גוטס אין א זאק באנדלעך.דער איד האט זיך געשטעלט אויף איינע פון די פארנומענע געסלעך אין סדום, און אנגעפאנגען פארקויפן זיינע באנדלעך מיטן האפענונג אז ער וועט קענען אהיים ברענגן געלט פאר ברויט, וואסער, און הייצונג.

כדרכם פון די סדומ'ער, האט יעדער אדורכגייער גענומען איין באנדעל פחות משוה פרוטה אן באצאלען. עס איז נישט אדורך קיין צוויי שעה, און דער איד האט זיך געטראפען מיט א ליידיגע זאק, און אן א מטבע און טאש. דאס ווייב אין קינדער האבן געהונגערט די קומענדיגע צוויי חדשים און שיעור אויסגעגאנגען פאר פרעסט. מה עשה הקדוש ברוך דער איד האט געטראפען אן אוצר אין הויף און איז נתעשר געווארען.

ויהי אחרי הדברים האלה, האט איינע פון די סדומער געכאפט אן הרהר תשובה און אנגעשריבען א לאנגע בריוו צו דעם אמאליגען ארימאן, ווי ער בעט אים איבער אז עס טוט אים זייער לייד אז ידו היה במעל און אז ער האט געהאט א חלק אין גורם זיין זיינע מיטמאכענישן און צער.

לאחר מאה ועשרים שנה פון דעם בעל תשובה, איז ארויסגעקומען די איבערבעטונגס בריוו אין פובליק און געהאנגען אויף אלע גאסן פון סדום עמורה. גייט דורך אן אייניקעל, פון איינע וואס זענען געבליבן עומדים ברשעם עד פתחן של גיהנם, און לאכט זיך אונטער מיט א צינישע שמייכעל און זאגט פאר די ארומיגע : נישטא ווער זאל לאכן! מיינעדיג, ווער מיינט ער איז? וואס האט שוין זיין איין באנדעל אויסגעמאכט?

דער פראבלעם איז, אז פון אסאך איינצעלנע באנדלעך מאכט זיך א גרויסע טשאלענט.
חמין במוצאי שבת מלוגמא

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר