א מעשה מיט א קאץ

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 567 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1007 מאל

א מעשה מיט א קאץ

שליחה דורך שושן פורים »

געוועזן אמאל א גרופע קעץ וועלכע האבן געוואוינט אין א דאמ"פ יאר"ד , פאר יארן האבן זיי געוואוינט דארט דורי דורות און זיך מפרנס געווען פון האלב פארפוילטע עפל און אפגעלעקטע עצמות וואס די מיסט טרעגער פלעגן אראפלענען ברוב רחמים וחסד יעדע שני וחמישי.

ויהי היום, א גרופע אור אייניקלעך פון די חתולים הראשונים האבן ארומגעוואנדערט אינעם ריזיגן דאמ"פ יאר"ד און פלוצלינג הערן זיי קולות פון געזאנג פון דערווייטנס.

זיי גייען נאך די מוזיק קלאנגען און זעען פונדערווייטנס א ליכטיגקייט, זיי לויפן אין יענעם ריכטונג און אנקומענדיג אהין זעען זיי נישט מער און נישט וויינציגער "א קאצן שטאט " עיר שכולו קעץ, דער עולם לעבט גליקליך און צופרידן, נארמאלע געשעפטן, מען ארבעט בייטאג, מען באקומט באצאלט, און מ'קויפט איין מכל טוב וטוב, די עסן איז פריש, די גאסן זענען ריין , ועל כולם עס שטינקט נישט פון מיסט. די קעץ טראכטן נישט קיין צוויי און האבן באלד קונה שביתה געווען דארט.

די שמועה איבערן אנטדעקטע קאצן שטאט איז אנגעקומען צוריק צום מיסט הויפטקווארטיר, פילע זענען געווען שטארק סקעפטיש, אבער צוביסלעך האט זיך א שיינע ציבור ארויסגעלאזט צום שטאט, אנגעהויבן א ניי באקוועמע לעבן, און אלעס איז געגאנגען על מי מנוחות.

די זקנים זענען אבער פארבליבן אין די מיסט, על פי רוב פאר פוילקייט אדער געוואוינהייט, געוויסע האט נישט געפאסט צו אנערקענען אז עס איז פארהאן א בעסער לעבן ווי ביי זיי. הצד השווה שבהן עס איז זיי נישט געפאלן אז מען זוכט נייע גליקן וואס זיי קענען נישט צושטעלן.

האט מען אהערגעשטעלט א קאמפיין און געשריגן אז די לוקסריעזע קאצן שטאט האט מען געבויט אן א פערמיט, די מייסד העיר איז געווען אן אסופי ושתוקי בענאזאם, דער מנהל המוסדות איז אן אנדרוגינוס, און די שאפינג מאל איז געבויט אויף ווע"ט לענ"ד.........וכו' וגו'.

און חוץ פון פארשידענע היציגע טענה'רייען און וויכוחים יעדע שטיק צייט ווען די צוויי גרופעס האבן זיך געטראפן ביי משפחה שמחות, איז די לעבן ווייטער אנגעגאנגען אין ביידע מקומות
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר