כויפער אינעם אידישן ווערטערבוך

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן

כויפער אינעם אידישן ווערטערבוך

הודעהדורך פרייוויליג » מאנטאג אקטאבער 29, 2018 11:27 pm

"די רגע וואס די טיר האט זיך געעפענט האט מען געזען א איד מיט א ווייסע בארד, און אליהו הנביא האט זיך באוויזן במלוא קומתו", און דער רבי האט געשריגן: קום אריין:" אט מיט די ווערטער האט אלישע, א חסידישער איד אין די מיטעלע יארן פייערדיג פארענדיגט די מעשה, אין פארנט פון א קיפקע חסידים, וואס האבן געשלינגן מיט דארשט יעדעס ווארט. "שקר וכזב" האט נתן א כעס'יגער געשריגן, די מעשה קען נישט זיין אמת. פארוואס האט מען קיינמאל די מעשה נישט געהערט? און בכלל די מעשה לייגט זיך נישט אויפן שכל. "אפיקורס!" "כופר!", האט מיטאמאל אין די שול א כאאר אפגעהילכעט. וואס טוט זיך מיט "אמונת צדיקים" האט אייזיק מיט אן עזות דקדושה געפרעגט. אויך ר' בערל שלייקעס האט נישט געשוינט קיין מוסר, ווען צווישן אנדערע ווערטער האט זיך די ווארט "משכיל!" ארויסגעריסן פון צווישן זיינע ציין.

***


מען דערציילט אז ווען דער רמב"ן האט געפירט א ויכוח מיט פבלו כריסטיאני אין ברצלונה, האט דער רמב"ן אינמיטן ספאנטאן אויסגעשריגן: "כופר!" - היסטאריקער טיילן צו אז דער רמב"ן האט געווינען יענעם ויכוח מיט א לענדסלייד. אן ענליכן עפיזאד האט זיך אפגעשפילט ווען ר' יונתן זאקס און ריטשארד דאקינס האבן דעבאטירט אין אקספערד יונעווערסעטי, און ר' יונתן האט אינמיטן שאקירט ריטשארד און אויסגעשריגן: "אפיקורס!" – ריטשארד איז אהיים געגאנגען אבל וחפי ראש.

***


אין א אידישן ווערטערבוך טרעפט מען די ווארט "כופר" מיט די פאלגענדע טרענסעלעשן; "כופר": אן ענטפער פאר אן אומבאקאנטע מיינונג. (פראנאנס - כוי-פע-ר. אויסלייג - כופר: זאכווארט. כופר: אדיעקטיוו. כופר: ווערב. לערנער – אן 'אביעקטיווער' ענטפער וואס איז בכח צו טערמינירן א שמועס באלד ביים אנהייב. ביישפיל - איך גלייב נישט אין דיין רבי'ן, "כופר"!)

***


"כופר" איז א ריפלעקשן פון אראגאנס צו די ווארט "מיינונג". דער ווארט "כופר" ביים היימישן עולם איז תמיד לובש צורה, עס איז קיינמאל פושט צורה. עס האט איין לבוש. כופר מיינט איך דיסעגרי, כופר מיינט איך פארשטיי נישט, כופר מיינט ביסט כופר אין מיך.

כופר איז געווארן כופר ווען אמונה איז געווארן אמונת צדיקים. אמונת צדיקים איז געווארן ווען אמונות חכמים איז געווארן אמונת צדיקים. אמונות צדיקים איז געווארן אמונה ווען אמונה איז געווארן גלייבן אין מעשות צדיקים נגד השכל.

אמונה איז כפירה ווען אמונה איז גלייבן אין רוה"ק, און כופר איז נישט גלייבן אז ער האט רוה"ק. אמונה איז כפירה ווען אמונה איז גלייבן אין גילו אליהו, און כופר איז נישט גלייבן אז ער האט גילו אליהו.

דער אראגאנס פון נארישע אמונה איז דער אראגאנס פון נארישע כפירה. אויב איז אזוי גרינג צו גלייבן איז דאס אויך גרינג כופר צו זיין. אויב אמונה איז יעדער זאך וואס איך פארשטיי, דאן איז יעדער זאך וואס יענער פארשטייט נישט, כפירה. אויב אמונה באשטייט פון אמונות טפילות דאן איז יענעמס מיינונג כפירה. אויב איז אמונה פשוטה אמונת צדיקים דאן איז דיין חבר'ס שיטות כפירה.

ווען אמונה און כפירה איז שווארץ אדער ווייס, דאן ווערן מיינונגען "כפירה". ווען עס איז נישטא קיין חילוק פון "נישט גלייבן" און "כופר זיין" דאן ווערן מיינונגען "כפירה".

ווען דער רמב"ם ז"ל רעכענט אויס אילו שאין להן חלק לעולם הבא, אדער מהו כופר, האט ער אנשטאט געבן איין נאמען "כופר" פאר אלעס, האט ער דאס צוטיילט אין קאטעגאריעס.

יש מין, יש אפיקרוס, ויש מי שכופר בתורה:

    א מין איז איינער וואס איז כופר שאין אלוה ואין לעולם מנהיג.
    א מין איז האומר שיש שם מנהיג אבל הן שנים או יותר.
    א מין איז האומר שיש שם רבון אחד אבל שהוא גוף ובעל תמונה.
    א מין איז האומר שאינו לבדו הראשון וצור לכל.
    א מין איז העובד כוכב או מזל וזולתו כדי להיות מליץ בינו ובין רבון העולמים.
    אן אפיקורס איז האומר שאין שם נבואה כלל ואין שם מדע שמגיע מהבורא ללב בני האדם.
    אן אפיקורס איז המכחיש נבואתו של משה רבינו.
    אן אפיקורס איז האומר שאין הבורא יודע מעשה בני האדם.
    א כופר בתורה איז האומר שאין התורה מעם ה', אפילו פסוק אחד, אפילו תיבה אחת, אם אמר משה אמרו מפי עצמו, הרי זה כופר בתורה.
    א כופר בתורה איז הכופר בפרושה והוא תורה שבעל פה, והמכחיש מגידיה, כגון צדוק ובייתוס.
    א כופר בתורה איז האומר שהבורא החליף מצוה זו במצוה אחרת, וכבר בטלה תורה זו אע"פ שהיא היתה מעם ה', כגון ההגרים.

איך וועל מסיים זיין מיט א ציטאט פון מלך שפירא אין איינער פון זיינע מאמרים:

הרש"ש בחידושיו לשבת לא ע"א דלא מיקרי כופר אלא אחר החקירה בכל חלקי הסותר, אבל מי שלא חקר בדבר אינו נקרא כופר. ודברי הרש"ש נאמרו לגבי אמונה בתורה שבע"פ ואפילו הכי כתב, על פי דברי רש"י במס' שבת שם, שיש הבדל בין מי שאינו מאמין ובין מי שכופר, ומי שלא למד את "הסוגיה" א"א לקרוא אותו כופר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך פרייוויליג אום מיטוואך אקטאבער 31, 2018 9:37 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1605
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1366 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1949 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג אקטאבער 30, 2018 8:28 am

פרייוויליג האט געשריבן:כופר מיינט איך פארשטיי נישט וואס דו זאגסט


:like :like :like :like :like

סתם פאר נייגעריקייט, וואס איז געווען די ויכוח וואס האט אינספירירט די אויסבראך?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך רביה''ק זי''ע אום דינסטאג אקטאבער 30, 2018 10:16 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2703
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2538 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1733 מאל

הודעהדורך ראובן » דינסטאג אקטאבער 30, 2018 10:14 am

זייער שיין און גוט ארויסגעברענגט.
מענין לענין דערמאנט עס מיך פון שש'ס דזשאוקער: viewtopic.php?f=24&t=10020
עורו ישנים משנתכם!
באניצער אוואטאר
ראובן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2442
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9590 מאל

Re: כויפער אינעם אידישן ווערטערבוך

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אקטאבער 30, 2018 10:47 am

כופר - איינער וואס מאכט מיר אומבאקוועם, געווענדליך דורך שטופען צו טראכטען אויף זאכען וואס איך וויל נישט דערפון טראכטען.

FTFY

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום מיטוואך אקטאבער 31, 2018 9:38 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8699
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8158 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 9:36 am

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:סתם פאר נייגעריקייט, וואס איז געווען די ויכוח וואס האט אינספירירט די אויסבראך?


מיין לעצטע 20 יאר. עס איז זייער שווער צו האבן א טעאלאגישן דיילאג ביים היימישן עולם אן הערן דעם כופר-דייעטרייב.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1605
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1366 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1949 מאל

Re: כויפער אינעם אידישן ווערטערבוך

הודעהדורך mevakesh » מיטוואך אקטאבער 31, 2018 11:37 pm

ביסט כופר אינעם מאמר אז אויב מען גלייבט נישט אז עס קען זיין איז מען א כופר
ביסט כופר אז דער אור החיים האט קיין רוח הקודש
דער טרענד האט זיך נישט אנגעהויבן אין ניו יורק עס איז שוין הונדערטער יארן אלט און אז דו ביסט נישט מסכים ביסטו א פרייוויליגער כויפער


Sent from my XT1060 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 864
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 769 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 806 מאל

Re: כויפער אינעם אידישן ווערטערבוך

הודעהדורך מי אני » זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 8:02 pm

"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
מי אני
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 3538 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 10:27 am

פרייוויליג האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:סתם פאר נייגעריקייט, וואס איז געווען די ויכוח וואס האט אינספירירט די אויסבראך?


מיין לעצטע 20 יאר. עס איז זייער שווער צו האבן א טעאלאגישן דיילאג ביים היימישן עולם אן הערן דעם כופר-דייעטרייב.

אזוי דארף טאקע צו זיין, ב''ה לא אלמן ישראל.

איך זעה נאכנישט די גרויסע גאלדענע גליקן וואס זאל האבען באפאלן די פאר 'קיעלע' שוטים וואס האבען זיך געוואגט צו פאטשקען אין די ענינים. שאני מינות דמשכי.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5631
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7711 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2544 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » דינסטאג סעפטעמבער 17, 2019 11:57 am

איך אויך האט געשריבן:איך זעה נאכנישט די גרויסע גאלדענע גליקן וואס זאל האבען באפאלן די פאר 'קיעלע' שוטים וואס האבען זיך געוואגט צו פאטשקען אין די ענינים. שאני מינות דמשכי.

פאר טויזענטער יארן זענען געזעסן די גרעסטע נשמות און מוחות פון כלל ישראל און זיך געמוטשעט אויף די ענינים, קומט איין ליידיגייער און גיבט א גרעפס ארויס "קיעלע שוטים", אויב דאס הייסט א שוטה בין איך שטאלץ צו זיין א שוטה! אפיקורוס כגון מאן - דאמר מאי אהני לן רבנן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2703
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 2538 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1733 מאל


גיי צוריק קאווע שטיבל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט