די מהפכה אין ארץ ישראל! שא שטיל נישט אויפוועקן...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

די מהפכה אין ארץ ישראל! שא שטיל נישט אויפוועקן...

שליחה דורך Buddy »

עס קומט פאר אן ערענסטע מהפכה אין ארץ ישראל, עס וואוינען מיליאנען אידן דארטן, און ס'רוב זענען באליבט ביים אייבירשטן! זיי לעבן מיט'ן רבוש"ע אין טאג טעגליכן לעבן, און דער אייבישטער איז זיך פשוט מחיה צו פארברענגען מיט זיי און שפאצירט מיט זיי ווי אין א גן עדן, פונקט ווי א מאן אין א פרוי וואס לעבן באנזאם אויף זייער געוועלב, אין כדרך העולם איז דא רייבערייען, ס'גייט פליקעס הין אונצוריק, אבער די שטוב בויט זיך און מלעבט א לעבן.

.... אפס א שארט סטאפ! כ'מיין ביזט ביים זינען?? זאג נאר ר' באדדי ביזט געווען אמאל אין ... האלטס מיט די מציאות אפן פראנט???...

יא יא.. דאס הייליג לאנד מיט איר היסטאריע איז עפעס ווייט פון פשוט פאר די סמארט סטריט פערזאן. די מציאות פון דעם פלאץ איז כו"ע מודי אז די שאך ברעט איז פשוט נישט פון פיר קאנטיגע קעסטעלעך... לאמיר אביסל אבער נאר אביסל דערגיין דאס מציאות.

די אלע וואס האבן במשך הדורות פראבירט ארויפצוגיין און צוריק אויפלעבן די לאנד האבן געליטן זה בכה וזה בכה, וויפיל אידן רבנים חכמים ואדמור"ים זענען אומגעקומען אויפ וועג, וויפיל זענען נעבאך אוועק הארט ביים אנקומען, און וויפיל זענען נעבאך אוועק פון מאמעס שויס, ארץ ארץ אל תכסי דמם ונפשם.

אבער היינט אויף צוריקוועגס, איין זאך האט געהאלפן, ווען מקומט מיט א צוקעדעקטע לאלאך, מיט ענוה ושפלות ווי דוד המלך האט זיך באנאכט אריינגקוילערט אונטערן מויער פון ציון, דאן נידריגע וואסערן לויפן טיף, ווער האט זיך גע'חלום'ט אז סוועלן זיין רבבות אלפי ישראל אידן וואס לעבן א חיי תורה ומצוות, אויף א טאג טעגליכן אומגעשטערטע לעבן, רבבות ערליכע לעכטיגע קינדער פארן אויף די באסעס אין חדר און שולע, ערליכע עלטערן גייען אין ארבעט צו לערנען צו טוהן גמ"ח וצדק, מ'שפאצירט ארויף און אראפ ארץ ישראל און מ'זאפט זיך אן בקדושת ארץ ישראל מיט אלע הייליגע לעכטיגע מקומות, וכו' וכו'
נאר איין זאך

עס איז פעסט פעסט צוגעדעקט!!

עס איז דא פונקט אזויפיל וואס לייגן נישט ר"ת תפילין, עס זענען דא אזרחים עבדים ושפחות וואס זענען נעבאך איינגערעדט אז זיי זענען די בני הגבירה, אזש אז אפי' די בני הגבירה רעדן זיך שוין באלד איין אזוי... די משנאי ה' דרייען זיך ארום פראנק און פריי און זענען משתלט על הציבור. גוט אלעס פיין און וואויל
אבער דאס נעמט נישט אוועק פון די פריערדיגע סענטענס! ווער סקען אביסל קליינע אותיות ווייס אז ווען מויל אונטערברענגן דעם צד הטומאה גייט עס אויף א אופן ווי ביידע צדדים וואקסן און וואקסן, נאר ביים סוף פון די אסעלא שפיל דארף די ווייסע געוואונען...

אשרי מי! געלויבט איז דער וואס האט א חלק אין די מהפכה! וועלכע מהפכה??

ליינט און שטוינט א נבואה פון די הייליגע חפץ חיים פאר זיין תלמיד ר' אלחנן ווסרמן!!

ר' אלחנן האט געפרעגט זיין הייליגן רבי'ן, וואס וועט זיין מיט חילונים [קרי:ציונים...]


האט ער געענטפערט ברוח קדשו! "והיה קודש!! די ויו איז א מתהפך, עס וועט זיין א מהפיכה רוחנית צו קדושה און טהרה!

[center]ובהר ציון תהיה פליטה והיה קודש[/center]


קאמענטארן זענען איבריג!
חפץ חיים נבואה געדרוקט אין ספר עץ חיים לתולדות הגה"ק רבן של ישראל רבי איסר זלמן מעלצר זצוקללה"ה זיעוכי"א
חפץ חיים נבואה געדרוקט אין ספר עץ חיים לתולדות הגה"ק רבן של ישראל רבי איסר זלמן מעלצר זצוקללה"ה זיעוכי"א

ווער האט זיך געגלייבט אויף אזא באמבאסטישע מהפכה פון בעלי תשובה אין ארץ ישראל?? אבער ווער סמאכט אויף די אויגן און איז גרייט צו פארקוקען אויף די 'העדליינס' אין די פעיק ניוז מידיא פון די לינקע חרדישע און נישט חרידשע, וועט זיך אנטרעפן מיט אזויפיל מוסדות על דרך התורה ויראה, נעמט נאר די טעלעפון בוך פון די אלע מוסדות, [חוץ פון די אלעמען באקאנטע חסד לאברהם], מ'טאר זיך נאר נישט לאזן פארנערן פון די הארמאטישע געסיעלטע צודעק פון די צד שכנגד, וואס בסוף וועט דאך נישט זיין אזוי, נאר מ'דארף האבן אייזערנע געדולד, ועם ישראל לא מפחד מדרך הארוכה :)

דער אשכול פארמאגט 18 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר