א נייער וועלטס ארדענונג, ועמדו זרים ורעו צאנכם...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3332 מאל

א נייער וועלטס ארדענונג, ועמדו זרים ורעו צאנכם...

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]דער דאטום איז מערץ 24' 2224' למספ' / א ניסן שנת ו' אלפים צום וועלטס באשאף, און ס'קערט זיך א וועלט...

דער לאנג-ערווארטער אידישער אויסלייזער איז שוין ענדליך אנגעקומען, ער רייט ארום מיט שטאלץ אויף אן אלטן אייזל און געוועלטיגט אויף דער גאנצע וועלט מיט אן אייזענעם פויסט. ער שטעלט ספאנטאן אויף אין ירושלים א מאסיווער אונטערנאציאנאלע געריכט טריבונאַל, און הייבט אן מיט א מעכטיגע גריכטליכער פראצעס צו ריכטן די גאנצע וועלט, אויסגעשלאסן די אידן וועלכע גייען נישט דורך דער שרעקווערדיגער גריכטליכע פראצעדורן פון משיח'ס טריבונאַל.

צום געריכט-טריבונאַל ווערן אצינד געשלפט די גרעסטע פארברעכער קעגן די מענטשהייט, אלע קריכן ארויס פון זייער באגרעבעניש-ערטער, און ווערן געברענגט לעבעדיגערהייט צום געריכט-טריבונאַל אין ירושלים, וואו זיי דארפן ענטפערן פאר משיח זעלבסט איבער די געמיינע אקטן וועלכע זיי זענען באגאנגן קעגן אידישן פאלק אין גלות. אזעלכע באנדיטן ווי נמרוד, פרעה, סיסרא, המן, נבוכנצר, נבוזראדן, אנטיוכס, אליפארני, טיטוס, אדנריינוס, טאָרקוועמאַדא, כמעלניצקי, צאר ניקאליי, היטלער, סטאלין, סאדאם כאסעין, יאסיר אראפאט, און נאך. אלע שטעלן זיך אצינד פאר מעכטיגן אידשן קעניג זיין מייעסטעט מנחם המלך, מיט אראפגעבויגענע קעפ און ענטפערן דייטליך אויף זייער בייזוויליגע אקטען וועלכע זיי זענען באגאנגן קעגן אידישן פאלק. די אלע ווערן פאראורטיילט דורך מנחם המלך צום באלדיגן טויט און באקומען אויפן ארט זייער פארדינטע שטראפן.

א מעכטיגער הולוקאוסט ברעכט אויס אין די וועלט, וואס דאס מענטשהייט האט נאכנישט געזען זינט ג-ט האט באשאפן דעם שטן. שווערע ביליאנען מענטשען ווערן ספאנטאניש פארשוואונדען אויף שטענדיג, זיי ווערן אריינגעשליידערט לעבעדיגערהייט אינעם פונסטערן גיהנם אויף שטענדיג. ס'איז א געשענעניש וואס ניטאמאל די בארימטע האליוואד טעאטער-שרייבער וועלכע צייכענען זיך אויס אין פאנטאזיע און אילוזיע האבן די מעגליכקייטן דאס פארצושפילן.

ווידעראום די אנדערע גוים וואס האבן נישט געשעפעט מיט די אידן, וועלן פארוואנדלט ווערן אלס שקלאפן צום אידישן פאלק, ווי דער נביא זאגט אין ישעיה: ועמדו זרים ורעו צאנכם, ובני ניכר איכריכם וכורמכם, ואתם כהני ה' תיקראו, משרתי אלוקינו יאמר לכם. און דער מדרש לייגט נאך צו: אז יבואו כל העמים, ונופלים על פניהם לפני המשיח ולפני ישראל ואומרים: נהיה לך ולישראל לעבדים", ומסיים המדרש: "וכל אחד מישראל, אלפיים ושמונה מאות עבדים יהיו לו: דאס באדייט אז א נייע וועלסט ארדענונג וועט איינגעשטעלט ווערן, די גויאישע פרינצן און פרינצעסן, קעניגן און קעניגנס, פריצים און פריציסטעס, גייען פארוואנדלט ווערן אלס שקאלפן פאר זייער געוועזענע אונטערטאנען און אונטערגעדריקטע. אזש איטליכער איד וועט פארמאגן צוויי טויזענט און אכט הונדרעט שקאלאפן ווי ערווענט פון מדרש.

דער מאטיוו צו באלעסטיגן אנדערע מענטשען איז אין אלגעמיין א דרייפאכיגע: נקמה, האס, אדער שטראף.

די מאטיוו פארוואס די גוים האבן געפייניגט די אידן, איז פילייכט געווען אנהייב אלס נקמה פארן קרייצן יעזעס. און עטוואס שפעטער אלס האס צוליב די אנגעבליכע פינאנציאלע און פאליטשע מאניפולאציע פונעם א.ג. אונטערנאציאנאלער אידענטום. די דאזיגע גוים וועלן פארשוואונדן ווערן פונעם האריזאנט ביים גרויסן הולוקאוסט, ווארשיינליך אלס א שטראף און אלס נקמה פונעם אלמעכטיגן ג-ט.

דאקעגן די גוים וואס האבן נישט געפייניקט די אידן וועלעכע וועלן פארוואנדלט ווערן אלס שקאלפן, איז דאס צוליב האס? נקמה? אדער שטראף?
נקמה ווארשיינליך נישט! ווארום ער האט דאך קיינמאל נישט געשעפעט קיין איד! אלס שטראף? ער האט דאך אנגעבליך גארנישט געטאן עס צו פארדינען! צו זאגן אז דאס וועט זיין צוליב האס? זענען מיר דאך גארנישט ווייניגער ווי די היינטיגע אנטיסמיטן! אלזא מיט וואס פאר א רעכט וועלן מיר דאן אונטערדריקן די גוים?

ווען מ'לערנט די פסוקים פון תנ''ך שטעלט זיך ארויס אז אין יארע 2224' למספ' גייט זיך וועלטס-ארדענונג דראסטיש ענדערן. דער לאנגיאריגער איינגעבויגענער גלות איד גייט פארוואנדלט ווערן צו ארויפגעקוקטער ערשט-קלאסישער אריסטאקראט. און דער שטאלצער גויאישער ערשטקלאסישער אריסטאקראט גייט פארוואנדלט ווערן צו איינגעבויגענער גלות גוי. אזש ס'וועט זיין א שטאלץ פארן געוועזענער גויאישער אריסטאקראט ארויסצוטראגן די מיסט פונעם שטאלצן איד, און די גויאישע שטאלצע פריצים וועלן זיך גאר בעטן ביי די געוועזענע מה יפית אידעלעך אז מ'זאל זיי ערלויבן צו וואשן די פאדלאגעס פון די עפענטליכע בתי כיסאות פון די בתי מדרשים. ס'וועט נישט זיין קיין שטראף אדער נקמה, אדער אלס האס פונעם איד. ס'וועט פשוט זיין דער דעמאלדיגער וועלטס-ארדענונג.

מיר ווארטן צו זען....[/justify]

דער אשכול פארמאגט 31 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר